מוצ"ש פ' תצוה ה'תשפ"ג
קול בחצרות - על פי פקודת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א איז דעם פארגאנגענע מיטוואך נאכט פאררופן געווארן א ספעציעלע אסיפה פאר די בעלי בתים ונכבדי העדה בני ששים ולמעלה איש וביתו באו, די אסיפה איז פארגעקומען אין די עטרת גאלדא זאל אין בארא פארק ווי עס זענען זיך צאמגעקומען 300 בעל בתים חשובים זקנים נכבדים פני וחשובי העדה.
צום ערשט האט אויפגעטרויטען מיט קורצע דברי פתיחה הרה"ח ר' יוסף חיים לערנער שליט"א, אין בשעה 9 אזייגער האט מען געהאט די זכיה מקבל צו זיין פני הקודש פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א, די רב האט אויפגעטרויטען מיט א יסודות'דיגע שמועס פאר איבער א שעה צייט, צום ערשט האט די רב ארומגעשמועסט איבער די באדייט אין דאס חשיבות פונעם עלטערן דור און די התחייבות וואס דאס פאדערט זייענדיג די פאן טרעגערס פון די קומענדיגע דורות, די רב האט באטאנטט אז די אלע אידן וואס זענען דא פארזאמעלט זענען אויפגעצויגען געווארן און האבן רוב ימיהם זיך מסתופף געווען בצל הקודש פון די אביו הרה''ק בעל דברי שלמה און האבן זיך אנגעווייקט מיט זיינע שמועסן און השקפות און די רב האט דערציילט פארשידענע זכרונות בהילו נרו פונעם טאטן דער באבוב'ער רב זצ''ל, די רב האט מאריך געוועהן אז טיילמאל ווערט מען צובראכן אין פארשידענע מצבים יעדער מיט זיין פעקל און מדארף זיך שטארקן און האלטען פריש און זיך נישט לאזן פונעם יצה"ר וואס וויל אראפקלאפן די מענטש און די יארן, און די רב האט ארויסגעברענגט אז אויף דעם האבן מיר געהאט א גרויסע רבין וואס האט ביז סוף ימיו געשטארקט און אלע מצבים און כסדר געזיכט נתעלה צו ווערן העכער אין העכער, אלס א ביישפיל האט דער רב דערציילט אז זייענדיג יעצט אין פלארידע איז אויסגעקומען כמה פעמים צו שמועסן מיטן משגיח הגה"צ ר' משה וואלפסאהן אב''ד אמונת ישראל וואס קע"ה איז שוין אין די הויכע ניינציגע יארן אבער מיט אינגע פרישע כוחות בעבודת השי"ת
דערנאך איז די רב אריבער צום צווייטען טעמע און מעורר געווען איבער דברים הצריכים חיזוק אינעם מלחמה לד' בעמלק און די היינטיגע דור מיט די טעכנילאגישע כלים, די רב האט ארומגערעט מיט ווייטאג איבער די אינגע דור וואס הרבה חללים הפילה און אפילו פון דרויסן זעהט אויס גוט איז דא אסאך אינגעלייט וואס אינעווייניג זענען פאדארבן פיל מיט קרירות און אפיקורסת ה"י, און די טאטע'ס זענעו די וואס קענען די מערסטע משפיע זיין אויף די קינדער און איינער פון די עיקר וועגן פון חינוך איז דאס וואס די קינדער טוהן צוזעהן די עלטערן'ס התנהגות, די רב האט דערמאנט די תקנה וואס מ'האט מתקן געווען פאר 8 יאר צוריק אז יעדער מוז פארמאגן א פשוט'ע טעלעפאון וואס מיט דעם באניצט ער זיך און מיט דעם סעלפאון גייט ער ארום און מוז ער האבן נאך א כלי זאל ער דאס האבן ביי די ארבעט און נישט ארומגיין מיט דעם, נישט מיטעמען צו שמחות, נישט כאפן דערמיט קיין בילדער נישט זעהן נייעס וכד' און אוודאי נישט ברענגען אין ביהמ"ד נאר בלויז בזמן הצורך ולדבר הצורך, די רב האט אויך דערמאנט וואס ער האט שוין מעורר געוועהן אין לאנדאן אז בעסער וואלט געווען אז דער וואס דארף זאל קויפן א טעבלאט, און די רב האט אויסגעשמועסט אז ס'דא נדבנים גרייט פאר יעדער וואס וויל קויפן כשר'ע אויסגעהאלטענע טעלעפאנען, אין א לענגערע צייט גערעדט וועגן די ענין פון חינוך אז די קינדער זאלן צוזעהן וויאזוי די עלטערן פירן זיך און געבעטן אז שוין יעצט בימי הפורים זאלן די עלטערן מעורר זיין די קינדער זיך נישט צו באניצן מיט קיין סמארטפאונס, די רב האט געזאגט אז רוב פון די משתתפים דא ביי דעם אסיפה זענען קינדער פון אידן וואס האבן איבערגעלעבט די ביטערע צווייטע וועלט קריג און זיך געהאלטן ביי אידישקייט במסירות נפש און נאכמער אין די יארן נאכ'ן קריג ווי רובא דרובא פון כלל ישראל זענען ל"ע אוועקגעפאלן, דאס אלס אדאנק דעם וואס זיי זענען אויפגעצויגן געווארן ביי ערליכע אידישע עלטערן וואס האבן געלעבט במסירות נפש און אונז דארפן גיין און זייערע דרכים
די רב האט אויך דערמאנט די מלחמה וואס אביו האט געהאלטן פאר צענדליגע יארן קעגן טעלעוויזשן, אזוי האט די רב אויפגעשטורעמט דעם ציבור מיט דברי התעוררות א לענגערע צייט
דערנאך זענען אלע משתתפים אדורך מקבל זיין ברכת קדשו פונעם רב און מקבל זיין א פלטש וויין אזוי אויך האט מען אינעם עזרת נשים פארטיילט א הערליכע מגילה פאר די נשים צדקניות, די ציבור האט זיך צושפרייט מיט פעסטע קבלות זיך צו מאכן גדרים וסייגים און זיך מחזק זיין זיך מיט די קינדער למעננו ולמען קיום דורותינו!
Comments