top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מוויז'ניץ איז מתפלל ביים אהל אדמור''י ספינקא לרפואת מחותנו האד' מספינקא | באריכט

זונטאג פ' אמור - ט' אייר תשפ"ג | קול בחצרות

בילד קרדיט משה ויסברג

היינט נאכמיטאג אויפן וועג צום לופטפעלד איז כ''ק האדמו''ר מוויז'ניץ שליט''א אנגעקומען אויף א תפילה ביים ציון הק' פונעם הייליגן אמרי יוסף מספינקא זי''ע וצאצאיו הק' אדמור''י בית ספינקא אויפן בית החיים סגולה אין פתח תקוה, ווי די רבי שליט''א האט מתפלל געוועהן למען בריאת השלימות וחיזוק כוחותיו פון מחותנו כ''ק האדמו''ר מספינקא שליט''א מרן נפתלי צבי בן פערל לרפו''ש וועלכע איז ליידער נישט בקו הבריאות די לעצטע תקופה, די רבי האט געזאגט ספר רביעי שבתהילים אין תמניא אפי אין פון דארט ארויסגעפארן צום לוד לופטפעלד אויפן וועג קיין ניו יארק.


אין אנדערע נייעס איז דער וויזניצער רבי שליט''א דעם ערב שבת נאכמיטאג געוועהן אויף א תפילה ביים אהל אדמור''י וויז'ניץ אין בני ברק ווי די רבי איז געוועהן פארשפארט ביחידות א שטיק צייט אין מעתיר געוועהן לישועת הכלל והפרט.



Comments


bottom of page