מונטאג פ' אמור - י' אייר תשפ"ג | קול בחצרות
חסידי פרימישלאן גרייטן זיך מיטצולעבן גאר געהויבענע טעג בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מפרימישלאן שליט"א, אין ראם פון די מסע הקודש "ביד רמה" צו די מקומות הקדושים אין פוילין, וואס דער רבי וועט אפרעכטן אינאיינעם מיט די חשובע תומכים וואס האבן געברענגט ריזיגע סכומים למען החזקת המוסדות.
איבערהויפט ווערן געמאכט די לעצטע הכנות צום הויכפונקט פון די מסע הקודש, די גרויסארטיגע מעמד ההדלקה וואס וועט פארקומען אינעם עיר האבות קראקא, כמסורת הקודש דור אחר דור, וואס ווי באקאנט פלעגט פארקומען יעדעס יאר גרויסע מעמדי הדלקה ביום ל"ג בעומר אין שטאט קראקא, ביומא דהילולא קדישא פונעם הייליגן רמ"א זי"ע, וואס מקום מנוחת קדשו אויפן ארטיגן בית עלמין אין שטאט קראקא.
קומענדיגן זונטאג אויפדערנאכט וועט כ"ק אדמו"ר מפרימישלאן שליט"א זיך ארויסלאזן אויפן וועג קיין פוילין אין באגלייטונג פון די נגידי ותומכי המוסדות, מאנטאג וועט מען פוקד זיין די מקומות הקדושים אין ליזענסק, לאנצוהט, און לעלוב, שפעטער ביינאכט ליל ל"ג בעומר וועט מען אנקומען צום שטאט קראקא, וואו דער רבי וועט מדליק זיין די מדורה לכבוד התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי און דער הייליגער רמ"א די בעלי ההילולא, די מעמד הדלקה וועט פארקומען אויף א גרויסע פארנעם סמוך ונראה צום שטאטישן בית עלמין, מקום מנוחת קדשו פונעם הייליגן רמ"א.
צומארגנס דינסטאג אויפדערנאכט וועט מען זיך צוריקקערן קיין ארץ הקודש אנגעפולט מיט השפעות טובות וכל מילי דמיטב.
Komentar