top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מזכיר המועצת הרב יעקב וואלצער ארויף לבתי האדמור"ים חברי המועצת אמבאלאנגט דעם חוק הגיוס

זונטאג פ' אמור - ט' אייר תשפ"ג | קול בחצרות


אין די יעצטיגע טעג טוט דער מזכיר המועצת הרב יעקב וואלצער ארויפגיין לבתי אדמו''רים מנהיגי היהדות הנאמנה בארץ הקודש, חברי מועצת גדולה התורה פון אגודת ישראל, אין ליכט פון דעם וואס די מדינת ישראל רעגערונג גרייט זיך אריבערצופירן א נייעם 'חוק הגיוס'.


שוין עטליכע יאר וואס די 'חוק הגיוס' ליגט אויפן סדר היום און האט מערערע מאל געדארפט באשטעטיגט ווערן אין פארשידענע פארמאטן אבער האט זיך למעשה נישט אויסגעארבעט און אויך ביי די יעצטיגע קאאליציע ווילן די חרדישע חברי הכנסת אפשטופן דעם 'גיוס געזעץ' אויף א צווייטע געלעגנהייט, הערשט נאכדעם וואס מען וועט באשטעטיגן די פינאנצן פון די רעגירונג פאר די קומענדיגע יאר.


לויט ווי קוועלער געבן איבער, איז דא שוואכע טשאנסן אז דער נייער חוק הגיוס זאל אריבערגיין מיט א מערהייט, און קען גאר ברענגען צו א קאאליציע צוזאמבראך, נאכדעם וואס עס זענען פארהאן מערערע חילוקי דעות צווישן די פארטייען ווי אזוי אויסצושטעלן דעם געזעץ. דעריבער וועט אויפגעברענגט ווערן די שאלה ביי די גדולי ישראל אויב זאל מען אפשטופן דאס אריבערפירן דעם געזעץ אויף א צווייטע געלעגנהייט און אזוי ארום נישט דארפן צוזאמוואפרן די רעגירונג קאאליציע וועלכע איז קוים פארמירט געווארן מיט קארגע דריי חדשים צוריק.

Comments


bottom of page