top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אשרי העולים על ציונך • רבבות אידן פון אלע עקן וועלט שטראמען שוין קיין מירון בליל ל"ג בעומר

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 9 במאי 2023
  • זמן קריאה 2 דקות

עודכן: 1 במאי 2024

דינסטאג פ' בהר בחקתי - י"ח אייר תשפ"ג | קול בחצרות

בילדער קרעדיט: שוקי לרר, דוד כהן, ארי קופרשטוק

צענדליגע טויזענטער אידן האבן שוין געהאט די זכיה דעם יאר עולה צו זיין קיין מירון צום ציון הק' פון התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי בעצם יום ל"ג בעומר, הימל שפאלטענדע בכיות און תפילות נוראות האט געשאקעלט וועלטן אינעווייניג אין די מערה און דעם גאנצן ארום, אנגעהויבן פון די זמן כניסת החג ביז אין די יעצטיגע מאמענטן. זעלטן געהויבענע טענץ און פרייליכע ריקודים נעמען איבער די גאנצע שטעטל מירון אויבן און אונטן און איבעראל, מיט א העכערע שמחה בהילולת הרשב"י, די טאג פון שמחה וחדוה ביי גאנץ כלל ישראל.


די נאכט האט זיך אנגעהויבן מיט די מעמד הדלקת הנרות לזכר נשמתם פון די פינף און פערציג נשמות טהורות וואס זענען נפטר געווארן ביים ציון הרשב"י, שטייענדיג מקץ שנתיים ימים צו יענעם ביטערן טראגעדיע, די ליכט זענען געווארן אנגעצינדן דורך כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א, באגלייט מיט הייסע תפילות, ניגוני התעוררות, און לימוד משניות לעילוי נשמתם.


ביים זמן מעריב האט מען זיך געשטעלט דאווענען, און תיכף נאך מעריב האט כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א אנגעצינדן די צענטראלע מדורה אויפן דאך פון די מערה, ווען רבבות אלפי ישראל הייבן זיך אין די לופטן לכבוד התנא האלקי. הונדערטער חאלאקע'ס זענען שוין פארגעקומען באתרא קדישא מירון צום טיפן פרייד פון די חתני השמחה, זייערע עלטערן און זיידעס. א רייע מעמדי הדלקה זענען פארגעקומען דורכאויס די נאכט דורך פארשידענע קרייזן און קהילות קדושות בישראל. צענדליגע טויזענטער פארציעס עסן זענען שוין פארטיילט געווארן פארן מאסן ציבור זיך צו דערקוויקן דאס הארץ מיט א ברייטע האנט. טויזענטער שעות לימוד התורה זענען שוין אדורך די לופטן פון אתרא קדישא מירון, אידישע קינדער זיצן און הארעווען במשנתו פונעם בעל ההילולא באור התורה, און טוען זיך דערהייבן נענטער און נענטער צום איינציגן באשעפער אין הימל.


גאר שטארק איז געווען די מאכטפולע התעוררות'דיגע מעמד ההדלקה אין שפיץ פון המשפיע הגה"צ ר' אלימלך בידערמאן שליט"א, א ציבור עצום פון העכער צען טויזענט אידן זענען געווען פארזאמלט פאר לאנגע שעות און זיך געקאכט בתורת הרשב"י און מיט א טיפע קשר צום רבונו של עולם. בנועם לשונו האט דער משפיע אויפגעפלאמט די אידישע הערצער לאביהם שבשמים, און מעורר געווען כלל ישראל לתשובה ולתיקון המעשים, זייענדיג מתפלל למען חולי ישראל און פאר ישועות ביי גאנץ כלל ישראל. הימל שפאלטענדע קולות וברקים האט זיך געהערט פונעם גאנצן ציבור ביים אויסשרייען מיטן משפיע יבטל כל הגזירות, און זעלטן פרייליכע און לוסטיגע טענץ ביים אנצינדן די מדורה לכבוד התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי.

אין א רעקארד ברעכנדע שריט איז די גרויסע מעמד הדלקה אין שפיץ פון הגה"צ ר' אלימלך בידערמאן שליט"א מיטגעהאלטן געווארן דורך העכער "פופציג טויזענט" אידן אלוועלטליך, אנשים ונשים טף, אריינגערעכנט רבבות אלפי ישראל וואס האבן מיטגעהאלטן די מעמד הדלקה דא אויף קול בחצרות, ברענגענדיג א געוואלדיגע און אומבאשרייבליכע התעוררות ביי גאנץ כלל ישראל.

אינמיטן די מעמד ההדלקה האט מען אויסגערופן אז די פינף העכערע שטאקן פון די פארענטשעס דארפן ווערן אויסגעליידיגט, צוליב דעם וואס די העכערע שטאקן שאקלט זיך, און עס איז דא א חשש סכנה. נאך וואס די העכערע שטאקן איז געווארן אויסגעליידיגט האט מען ווייטער ממשיך געווען די מעמד בשמחה און התעוררות עד אור הבוקר.




























































































Comments


bottom of page