מיטוואך פ' תצוה - ח' אדר תשפ"ג
קול בחצרות - מיט שאק האבן חסידי סאטמאר אין ירושלים היינט אויפגענומען די פרישע פארארדענונג פון די ירושלימ'ער שטאטראט וועלכע האט באויפטראגט די הנהלת המוסדות גענצליך צו פארשליסן דעם בנין התלמוד תורה, תורה ויראה ד'סאטמאר אין ירושלים, וועלכע איז שווער באטראפן געווארן פון די גרויסע שריפה וועלכע האט אויסגעבראכן פארלאפענעם ליל שב"ק אינעם געביידע.
די בנין הת"ת וועלכע איז נארוואס איבערגעפרישט געווארן מיט פינף יאר צוריק, איז געווען דער צענטער פונקט פון חסידי סאטמאר אין ירושלים, ווי עס זענען נתחנך געווארן די צאן קדשים און בחורי חמד פון די קהלה. ועכשיו לקינו בכפליים, ווען אין צוגאב צום ביהמ"ד וועלכע איז גענצליך חרוב געווארן, וועלן די תלמידי המוסדות און בחורי הישיבות, פארבלייבן אן א דאך איבער'ן קאפ.
היינט נאכמיטאג, נאך א קורצע איבערזיכט אינעם בנין הת"ת האט די שטאטראט פארארדענט א 'צו סגירה' גענצליך צו פארשליסן דעם בנין אין וועט אין די נאנטע צוקומפט ווערן איינגעווארפן, נאכדעם וואס עס איז פארהאן אן ערענסטע סכנה אז די גאנצע בנין זאל צוזאמפאלן צוליב די פייער וועלכע האט דארט געברענגט גאנצע אכט שעה נאכנאנאנד.
די הנהלת המוסדות זיצן יעצט אויף נאכנאנדע בארוטונגען, לדעת מה לעשות אין אזעלכע אנגעצויגענע מאמענטן, צו קענען טרעפן א פאסיגע אכסניא פאר די הונדערטע קינדער און בחורים וועלכע דארפן צוריקצוגיין צו לימודים שטייענדיג פאר די ימים טובים פון פורים און פסח.
אין די זעלבע צייט ווערט איבערגעגעבן פון די ראשי הקהלה אין ניו יורק, איבער א מאסיווע מולטי מיליאן דאללער'דיגע קאמפיין אויפצוטרייבן די נויטיגע סכומים, זאפארט אויפצובויען א נייעם גיגאנטישן בנין המוסדות און ביהמ"ד פאר חסידי סאטמאר אין ירושלים.
שפך חמתו על עצים ואבנים.
Comments