top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מעמד יציקת הבורות פארן מקוה טהרה אינעם ביהמ''ד הגדול ומרכז העולמי דחסידי באיאן

מיטוואך פ' תרומה - א' אדר תשפ"ג


קול בחצרות - היינט מיטוואך פארמיטאג איז אפגעהאלטן געווארן די מעמד יציקת הבורות פאר די נייע פרעכטיגע מקוה מפוארה וואס ווערט געבויעט אינעם בנין ביהמ''ד הגדול ומרכז העולמי באיאן אין ירושלים פאַר'ן געברויך פון די טויזנטער חסידים ובאי בית השם


די מעמד איז פארגעקומען היינט 12 אזייגער מיטאג אויפן אונטערשטן שטאק פונעם ביהמ''ד אויף א ענגע פארנעם מיט א געקליבענע צאל נדיבים נכבדים די הנהלת המוסדות אין רבני הקהילה אין שפיץ פון כ''ק האד' מבאיאן שליט''א


איידערן גיסן די בורות האט אויפגעטראטן דער מנהל המוסדות הרב בנימין הערשלער וועלכע האט ווארעם באגריסט די חשובע פארזאמלטע אין זיך באדאנקט פאר די נדיבים והעושים והמעשים וועלכע האבן א זכיה צו קענען מרבה זיין טהרה בישראל


ביים אנקומען צום מעמד האט די באיאנער רבי שליט''א ארומשפאצירט מיט די נגידים אין זיך אומגעקוקט אויף די צוויי אונטערשטע שטאקן פונעם ביהמ''ד, אין זיך דערנאך אומגעקוקט ביי די מוקה טהרה אינאיינעם מיט הרב לייב מינצבערג משגיח כשרות לעניני מקוואות אין נאך אנדערע מומחים בעניני מקוואות, וואו מ'האט ארומגעשמועסט פארשידענע פרטים ארום די אויסטערלישע הידורים און חומרות מיט וואס די נייע מקוה ווערט בעז"ה אויפגעבויעט, למען טהרתן וקדושתן של ישראל.


מען האט געזינגען ווארימע ניגונים, אין דערנאך האט דער רבי אָנגעהויבן צו גיסן די בורות אין אנגעווינטשן ברכות לרבו לכל הנאספים, מען האט געזינגען אמר רבי עקיבא אין נאך ניגוני טהרה אין נאכדעם וואס דער רבי האט פארלאזט די מעמד איז געוועהן צוגעגרייט א מסיבת לחיים צוגעשטעלט דורך די הנהלת המוסדות לכבוד המאורע.






Comments


bottom of page