top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מוויז'ניץ אין קערעסטיר

דינסטאג פ' תצוה - ז' אדר תשפ"ג


קול בחצרות - כ''ק האד' מוויז'ניץ שליט''א וועלכע האלט זיך די טעג אויף אויף א נסיעה צו די מקומות הקדושים אין קברי אבות אין איראפע איז נעכטן נאכמיטאג אנגעקומען צום שטאט צאנז ווי דער רבי האט צוערשט געדאווענט מנחה מיטן מנין מצומצם אינעם היסטארישן שול אין צאנז אין דאן אפגעראכטן א מסיבת לחיים ווי דער רבי האט ארומגערעט בגודל קדושת המקום ווי דער הייליגע צאנזער רב פלעג דא אויף דעם ארט אינעם שטאטישן שול אפרעכטן זיין עבודת הקודש אין זאגן די דרשות אין פארשידענע זמנים אין יאהר, דערנאך איז די רבי ארויף צום ציון הק' פונעם זיידן דער הייליגער דברי חיים זי''ע ובניו הקדושים, ווי דער רבי האט זיך פארשפארט ביחידות אינעם אהל הק' א לענגערע וויילע.


פון צאנז האט מען ממשיך געוועהן מיט די נסיעה אריבער די גרעניץ קיין אונגארין אין כחצות הלילה איז דער רבי אנגעקומען קיין אוהעל צום ציון הק' פון זקינו דער הייליגער ישמח משה זי''ע.


פון דארט האט מען ממשיך געוועהן מיט די נסיעה קיין קערעסטיר, ביים אנקומען אין קערעסטיר האט אפגעווארט דעם רבין הרב ישעי' גראס מנכדי הרה''ק רבי ישעי'לע קערעסטירער זי''ע וואס האט ארומגעוויזן דעם רבין אינעם שפאגל נייע קאך אינעם בנין הכנסת אורחים וואו עס ווערט געקאכט די מזון וצידה פאר די עוברים ושבים און די פוקדי הציון הק' אין קערעסטיר, דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די פילע איינריכטונגען אין דערנאך קובע געוועהן א מזוזה ביים אריינגאנג צום פליישיגן קאך, דערנאך האט די רבי אפגעראכטן א מסיבת לחיים אין רבי ישעילע'ס מלוה מלכה שטוב בביתו נאווה קודש ווי דער רבי האט דערציילט וואונדערליכע סיפורים אין ענינים פון רבי ישעי'לע, דערביי האט זיך די רבי האט באדאנק פאר די שיינע אויפנאמע אין די ווארימע הכנסת אורחים אין מאציל געוועהן מברכת קדשו פאר די חשובע עסקנים אין נכדי הרה''ק רבי ישעי'לע וועלכע שטיין אין שפיץ פונעם הכנסת אורחים, דערנאך איז דער רבי שליט''א ארויף צום ציון הק' ווי מען האט געזאגט ספר חמישי שבתהילים אין די רבי האט זיך אויסגעבעטן א תפילה חרישת אין אויפגעטראטן מיט קורצע דברי התעוררות.


מען האט גענעכטיגט א לינת לילה אין קערעסטיר, אין היינט אין די פריע פארטאגס שעהן נאך א קורצע אפרוה איז דער רבי ארויסגעפארן קיין קאלוב אין פוקד געוועהן דעם ציון הק' פון הרה''ק רבי אייזיק'ל קאליבער זי''ע בעצם יומא דהילולא קדישא ז' אדר, פון דארט איז די רבי ארויסגעפארן צום לופטפעלד אין פעסט אויפן וועג צוריק קיין ארצינו הקדושה.













Comments


bottom of page