top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האחים האדמו"רים מטשערנאביל צוגאסט אין פאריז פראנקרייך

זונטאג פ' בשלח ז' שבט ה'תשפ"ג


קול בחצרות - כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א וועט היינט זינטיג נאכט אפפליען קיין פאריז פראנקרייך אויף די יערליכע מסע חיזוק, און אויפצוטרייבן געלטער לטובת די מוסדות הק' בארה"ק, דעם דינסטיג ביום המסוגל ג' בשלח וועט ווי יאר יערליך אפגעהאלטן ווערן די גרויסארטיגע מעמד אמירת פרשת המן בראשות פונעם רבין, עס וועט פארקומען אין א גרויסע זאל אין שטאט ברוב עם הדרת מלך מיט די באטייליגונג פון די טויזנטער תושבי העיר, די רבי וועט זיך אויפהאלטן אין פאריז ביז סוף וואך און דורכאויס די באזוך באשיינען עטליכע מסיבות און באנקעטן לטובת די מוסדות און מחזק זיין די ארטיגע יודישע קהילה אין פאריז פראנקרייך --- אויך דעם רבינס ברידער כ''ק האד' מטשארנוביל שליט''א פון אשדוד האט זיך היינט ארויסגעלאזט קיין פאריז פראנקרייך לטובת מוסדותיו הקדושים, אין די דיסנטיג וועט דער רבי ממשיך זיין מיט די נסיעה קיין לאנדאן לרגל די בר מצוה פון אן אייניקל בן לבנו הרה''צ רבי נחום טווערסקי

bottom of page