top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בנין אין מירער ישיבה דעזיגנירט פארן שיעור פון בארימטער מגיד שיעור הגאון רבי אשר אריאלי

זונטאג פ' אחרי קדשים - ב' אייר תשפ"ג


אין א היסטארישע שריט איז געמאלדן געווארן דורך די הנהלה פון די גרעסטע ישיבה בארץ הקודש, ממלכת התורה ישיבת מיר אין ירושלים, אז פון דעם זוממער זמן און ווייטער וועט מוקדש ווערן א עקסטערע בנין אינערהאלב די ישיבה קאמפלעקס פארן שיעור און ישיבה פונעם בארימטן מגיד שיעור און ריש מתיבתא הגאון הגדול רבי אשר אריאלי שליט"א.


די בנין בית שלום, איז איינס פון די גרעסטע בנינים אינערהאלב די ממלכת התורה פון ישיבת מיר, אין דעם בנין קומט פאר די קביעות'דיגע שיעור פון הגאון הגדול רבי אשר אריאלי שליט"א מראשי ישיבת מיר, די שיעור וואס ווערט פאררעכנט אלס די גרעסטע שיעור אין די וועלט, עס ווערט מיטגעהאלטן דורך טויזענטער תלמידים, סיי אין בית המדרש זעלבסט, און אזוי אויך אויפן טעלעפאן איבער די גאנצע וועלט.


אצינד צום נייעם זמן איז געמאלדן געווארן, אז די בנין בית שלום וועט ווערן מוקדש אויסשליסליך פאר די תלמידים פון הגאון ר' אשר אריאלי, און עס וועט זיין ווי א אייגענע ישיבה, עקסטערע סדרי לימודים און תפילות מדי יום ביומו, אז די תלמידים זאלן נישט דארפן גיין פון איין בנין צום צווייטן.


אזוי אויך איז געמאלדן געווארן אז אין א באדייטענדע טויש וועט די שיעור פארקומען אין די מיטאג שעה'ן, און נישט נאכמיטאג ווי ביז היינט, די שיעור פלעגט פארקומען יעדן טאג זעקס אזייגער נאכמיטאג, און פון היינט און ווייטער וועט די שיעור זיין צוואנציג מינוט נאך צוועלף אינמיטן טאג.


די שיעור פון הגאון ר' אשר ווערט איבערגעגעבן מדי יום ביומו אויפן אידישע שפראך, סוף שיעור גיבט דער ראש ישיבה איבער דעם שיעור אויף לשון הקודש, כדי די אלע תלמידים וואס פארשטייען נישט קיין אידיש זאלן אויך קענען פארשטיין דעם שיעור.

Comentários


bottom of page