top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הקים עולה של תורה • ערשטע יארצייט פון הנגיד ר' שלום פישער ע''ה אפגעצייכענט בחצר הקודש ערלוי | באריכט

מיטוואך פ' אחרי קדושים - ה' אייר תשפ"ג


נעכטן ד' אייר איז אויסגעפאלן די ערשטע יארצייט פון דער אומפארגעסליכער תומך תורה הטפסר המרומם ר' יעקב שלום פישער ע"ה עמוד התווך פון מוסודת ערלוי בארה"ק. לכבוד די יארצייט האט מוסדות ערלוי בארה"ק צוגעשטעלט דעם פארלאפענעם שבת טהרה א רייכע קידושא רבא אין אלע ערלוי'ע בתי מדרשים איבער גאנץ ארה"ק לזכרו הבהיר, ווי די דיינים און משפיעים פון די קהלה האבן אויפגעטראטן מיט דברי זכרון, ארויסברענגענדיג זיינע ווייטגרייכענדע פעולות נשגבות לטובת מוסדות ערלוי. אין ביהמ"ד הגדול ערלוי אין קטמון האט כ"ק אדמו"ר מערלוי שליט"א אויפגעטראטן מיט קורצע דברי זכרון און אויך מכבד געווען הרה"ג ר' מרדכי בערנשטיין שליט"א איידעם פון הגה,צ אב"ד ערלוי צפת זצ"ל צו רעדן.


נעכטן אינעם טאג פונעם יארצייט, איז כ"ק אדמו"ר מערלוי שליט"א ארויף על קברו אויפן חלקת ערלוי אויפן הר המנוחות און געזאגט תהילים. דערנאך האט דער רבי אויפגערטאטן מיט קורצע דברי הספד והערכה און איז אויך צוגעאגנען צו די ציונים פון אביו כ"ק אדמו"ר בעל אמרי סופר און די מוטער די רעבעצין ע"ה.


פון דארט האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין בני ברק און האט באשיינט די מעמד 'חנוכת הבית וקביעת מזוזות' פארן נייעם בנין 'מתיבתא דרבי יוחנן ערלוי' וועלכע איז אויפגעשטעלט געווארן דורך משפחת פישער הנכבדה לעילו נשמתו פון ר' יעקב שלום ע"ה. דער רבי האט געקלאפט מזזות ביים הויפט אריינגאנג און דערנאך מכבד געווען די קינדער פון ר' יעקב שלום און זיין ברודער הנגיד ר' דוד פישער פון ניו יורק.


נאכן מעמד קביעת מזוזות איז דער רבי ערשינען אין היכל הישיבה ווי עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די חנוכת הבית. צום ערשט האט אויפגעטראטן דער מנהל הישיבה הרה"ג ר' יצחק ירמיהו דאנציגער וועלכע האט בתוך דבריו פראקלאמירט אז דאס היכל וועט טראגן דעם נאמען 'היכל יעקב שלום' לשמו ולזכרו פון ר' יעקב שלום פישער ע"ה וואס איז געווען דער עמוד התווך אין בריח התיכון פון מוסדות ערלוי און נאר אין זיין זכות האט מען געעפענט דעם ישיבה אין בני ברק.


דערנאך האט אן אייניקל פון ר' יעקב שלום געמאכט א סיום מסכת און זיין פאטער ר' שלמה פישער האט געזאגט די קדיש. דאן האט אויפגעטראטן מיט א דרשת חיזוק הרב חיים פיין ראש ישיבה לצעירים אין ציריך מחשובי חסידי ערלוי און דער רבי האט משמיע געוועהן מדברות קדשו און דערנאך פארטיילט פרסים פאר די בחורים מצטיינים וואס האבן געלערנט הונדערטע שעות רצופות דורכאויס די ימי השובבי"ם. נאכן מעמד האט דער רבי ארומשפאצירט דעם בנין אין באגלייטונג פון די עסקנים.


פון דארט איז דער רבי אנגעקומען אויף א לענגערע באזוך ביי הגאון המקובל רבי יחזקאל בינג אב''ד דברי שלום בני ברק, און ארומגעגעשמועסט קרוב צו א שעה צייט. שפעטער איז דער רבי אנגעקומען צו די אכסניא בבית משפחת פישער און דארט געדאווענט מנחה.


ביינאכט איז דער רבי אנגעקומען צו די וואגשאל זאל און אנטייל גענומען ביים סעודת יארצייט וואס איז געווארן צוגעשטעלט דורך הנהלת מוסדות ערלוי, צווישן אנדערע האבן זיך דארט אויך באטייליגט האדמורי''ם מסטריקוב, שבט הלוי, בישטנא, קארלין לעלוב, אב"ד קרית צאנז טברי', אב"ד קרית וויז'ניץ און הרב שלמה צבי אלתר בן האדמו''ר מגור.


עס האבן אויפגעטראטן מיט דרשות כ''ק האדמו''ר משבט הלוי, הגאון ר' שלמה לוריא ראש ישיבת באבוב ב"ב, און ר' שלמה חיים פישער א זון פונעם נפטר און איידעם ביים ערלוי'ער ראש ישיבה. מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען ר' שמשון פישער בנו בכורו פון ר' יעקב שלום.

Comments


bottom of page