top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ויהי לפלא • האד' ממוד'זיץ באטייליגט זיך אומגעראכטן ביי הקמת מציבה פון א חסיד

מיטוואך פ' אחרי קדושים - ה' אייר תשפ"ג



א אינטערסאנטע עפיזאד האט זיך אפגעשפילט נעכטן דינסטאג ביומא דהילולא קדישא פון הרה"ק בעל אמרי א"ש ממודזיץ זי"ע, ווען אין א אומגעראכטענע שריט האט כ"ק אדמו"ר ממודזיץ שליט"א זיך באטייליגט ביי די מעמד הקמת המצבה פון א חסיד, זייענדיג אויפן הר הזיתים לכבוד די יארצייט.


ווי יאר יערליך איז כ"ק אדמו"ר ממודזיץ שליט"א אנגעקומען בראש קהל חסידיו מתפלל זיין ביים ציון הק' פון זקינו דער הייליגער אמרי אש ביומא דהילולא קדישא, אויפן וועג ארויס נאכן מתפלל זיין ביים הר הזיתים, האט דער רבי זיך נאכגעפרעגט ביי הרב החסיד ר' יחיאל שענקער הי"ו מחשובי חסידי מודזיץ, וואו עס ליגט באערדיגט הרב החסיד ר' ישראל חיים כהן ז"ל מחשובי חסידי מודזיץ וועלכער איז נישט לאנג צוריק נפטר געווארן, נאך וואס ר' יחיאל איז א נאנטע משפחה מיטגליד.


נאכן ציווייזן פארן מודזיצער רבי וואו עס געפונט זיך דער קבר פון ר' ישראל חיים כהן, האט דער רבי אויסגעדרוקט רצון קדשו צו גיין צום קבר זאגן א קאפיטל תהלים, זאגנדיג אז ער וועט נישט האבן די מעגליכקייט צו אנטייל צונעמען ביים מעמד הקמת המציבה וואס קומט פאר די קומענדיגער וואך.


ווי וואונדערליך האט זיך אבער אויסגעשטעלט, ווען תיכף ביים רבי'נס אנקומען האט מען געזעהן צוויי אראבער'ס שלעפן א מציבה, וואס האט זיך באלד ארויסגעשטעלט צו זיין די מציבה פון נישט קיין צווייטער ווי דער נפטר ר' ישראל חיים כהן, ווי דער רבי גייט אצינד מתפלל זיין.


דער רבי מיט די חסידים האבן צוגעווארט אין די זייט ביז מ'האט ארויפגעשטעלט די מציבה, און דער רבי האט זיך אויסגעדרוקט אז אצינד איז געווען די ריכטיגע מעמד הקמת המציבה, ווי מיר האבן ב"ה זוכה געווען צו זיין און מתפלל זיין, און דאן האט מען געזאגט פרקי תהלים כנהוג ביי הקמת מציבה מיט א קדיש.



Kommentare


bottom of page