top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ברייטע דעקונג | 35,000 אידן כ"י באַלאַגערן קערעסטיר ביומא דהילולא ג' אייר

דינסטאג פ' אחרי קדושים - ד' אייר תשפ"ג


"דיו אילו ימי וכל מי כנישותא", עס איז נישט מעגליך צו באשרייבן די שטורמישע רגשי הלב, די טיפע התרוממות הנפש וואס שפּירט זיך ביי די אלפים ורבבות חסידים ואנשי מעשה, די העכער 35 טויזנט אידישע קינדער פון אַלע וועלט-עקן נאכ'ן זיך צוריקקערן אָנגעלאָדענט מיט השפּעות טובות פון דער ווייטער "קערעסטיר" אין אונגארן, שם חלקת מחוקק ספון, וואו זיי האבן זוכה געווען פוקד צו זיין דעם ציון המציונת פונעם מופת הדור הרב הקדוש רבי ישעהיעל'ע קרעסטירער זי"ע און בעז"ה דאָרט אויסגעבעטן כל מילי דמיטב בזכותו פונעם גרויסן הייליגן פועל ישועות בקרב הארץ.


די פילע טויזנטער אידן מבקשי ישועה, האָבן דורכאויס די ימי ההילולא קדישא זיך דערקוויקט פון דער אויסנאַמליכער ברייטהארציגער הכנסת אורחים וואס איז צוגעשטעלט געוואָרן דורך די געהויבענע אייניקלעך פון רבי ישעי׳לע זי״ע, די ראשי עיר קערעסטיר, וואָס מן השמים קא זכו להם צו פאַרוואַלטן מיט דאָס הייליג הויז, דעם ציון הקדוש, בית מדרשו, און שטעלן צו אַ ווירבלדיגער אפּאראט פון הכנסת אורחים פאַר יעדן איד וואָס קומט צו פאָרן פּוקד זיין דעם ציון המצויינת סיי ווען איבער'ן יאָר. במשך די גאַנצע הילולא קדישא האָבן די יללות פון אידישע קינדער ביים ציון הקדוש געשפּאָלטן די הימלען און געריסן די שערי שמים. אידן, אנשים נשים וטף, האָבן זיך אויסגעגאָסן די הערצער מיט הייסע האַרצרייסנדע תפלות, ווען די ראשי קערעסטיר שטעלן איין אַ מייסטערהאַפטיגער סיסטעם, באַגלייט פון ״שמירה״ מיט ״וויי.עף״ פּראָדוקשענס, אַז יעדער איד זאָל קענען אָנקומען זיך משתטח זיין כאָטש אַ קורצע וויילע אויפ׳ן ציון הקדוש.

אינעווייניג איז געווען אַ יום הקדוש׳דיגער התרגשות, יעדער מיט זיינע בקשות פּערזענליך, אַרויסקומענדיג פון ציון הקדוש איז שוין געווען פרייליך געמיט מ׳האָט זיך געוואונטשן לחיים, גע׳פועל׳ט אַלעס גוטס, סמוך ובטוח לבם אַז מ׳האָט זיך בעז״ה אויסגעבעטן און פּועל געווען גדולות ונצורות.


וכל ברכאן דלעילא ולתתא, די געהויבנקייט פון דער הילולא קדישא וואָס איז געווען דעם פאַרלאָפענעם מאָנטאָג, האט זיך אריינגעצויגן פונעם לעכטיגן שבת קודש וואס איז געפּראוועט געווארן באתרא קדישא מיט א געוואלדיגע דערהויבנקייט, אין שפּיץ פון צענדליגער אייניקלעך והרבנים הגאונים שליט״א נכדי בעל ההילולא, ווען במשך דעם גאַנצן שבת פאַרברענגט מען בדברי תורה וסיפורי צדיקים במשנתו פון הייליגן רבי ר׳ ישעי'לע זי”ע.

ביום השבת קודש איז פאָרגעקומען די פייערליכע שמחת הכנסת ספר תורה דורך הרבני הנגיד מוה״ר שמואל יוסף רידער ומשפחתו, לע״נ זייערע חשוב׳ע עלטערן פילע הונדערטער הונדערטער אידן האָבן אַנטיילגענומען ביים סעודתא דדוד מלכא משיחא, ״רבי ישעי׳לעס מלוה מלכה״ וואָס כידוע איז דאָך מלוה מלכה געווען פון די גרעסטע עבודות ביים צדיק, מ׳האָט געהערט הערליכע סיפּורי צדיקים וענינים במשנתו של צדיק. במיוחד האָט מען זוכה געווען צו הערן ענינים וסיפורים לקראת ההילולא קדישא פון כ״ק אדמו״ר מפארשעי שליט״א, נכד בעל ההילולא זי״ע וועלכער האָט געוויילט דאָרט אויף שבת קודש און מאציל געווען מהודו אויף די שובתי השבת


א רייע יארצייט סעודות זענען געפראוועט געווארן דורכאויס די גאנצע פיר און צוואנציג שעה פון די הילולא קדישא, דורך פילע קבוצות, חסידישע אידן און פון אלע קרייזן צוגלייך, מערערע סעודות הילולא כיד המלך זענען צוגעשטעלט געווארן דורך הכנסת אורחים ר' ישעיהלע'ס גאסט הויז וואס ווערט געפירט דורך הרה"ח ר' משה יוסף פרינדהענדלער, דורך ר' ישעיהל'עס הויז וואס ווערט געפירט דורך נכדי בעל ההילולא זענען צוגעשטעלט געווארן רייכע מלכות׳דיגע סעודות, בנוסף צו די דריי צענטראלע יארצייט סעודות, זענען געדעקט געווארן אומאויפהערליך, יומם ולילה, פאר יעדן איד וואס איז געקומען איז געווען עסן און טרונקען לרוב, מיט אַ סבר פּנים!

אַ ריי מאַסיווע שאַטערס זענען אויפגעשטעלט גכטטארו צו אקאמאדירן די אלפים מישראל, פאר אלע סאָרטן געברויכן, סיי ביי רבי ישעי׳לעס הויז, פאר מנינים, פאר לימוד התורה, פאר לחיים, און סיי ביים ציון הקדוש, און באַזונדערע שאַטערס פאַר די הונדערטער נשים צדקניות סיי ביים חצר הקודש און סיי ביים ציון הקדוש, מיט באזונדערע אריינגענג מיט׳ן העכסטן מאָס צניעות והי׳ מחנינו קדוש. הונדערטער אנשי שם, ראשי קהלות, מנהלי המוסדות, רבנים וראשי ישיבות, נגידים און פילאַנטראָפּן פון איבער דער וועלט זענען געקומען קיין קערעסטיר, איבערהויפט האבן זיך אנגעזעהן פילע אדמורי"ם ורבנים חשובים, צווישן זיי כ"ק האדמורי"ם מניקלשבורג, טעמשוואר, זידיטשוב ווערצקי, סאווראן פון הר נוף, שעדליץ און האדמורי"ם לבית קאסאן נכדי בעל ההילולא, הגאון הגדול ר' שמואל אליעזר שטערן גאב"ד מערב ב"ב, הגה"צ רבי שמואל בנימין קרויס נשיא ישיבת תורת חסד און נאך דער הויכפּונקט פון גרויסן טאָג איז געווען דער "צענטראַלער סעודת הילולא" וואס איז פאָרגעקומען ליל ההילולא קדישא, זונטאָג נאַכט אור ליום ג׳ אייר, אין שפּיץ פון רבנים ואדמורי"ם שליט"א, וואו אַ ריזן ציבור חסידים ואנשי מעשה, אלופי אלפי ישראל איבער דער גארער וועלט האט פארברענגט א שעה ארוכה במשנתו של הצדיק. די סעודה איז געווען איינגעריכטעט מאַיעסטעטיש שיין, והאיר פּני המזרח מיט אַ לעכטיגן מזרח-וואַנט אויסגעזעצט מיט הרבנים הגאונים הצדיקים שליט״א, נכדי בעל ההילולא זי״ע. במיוחד האָט אַרויסגעשיינט דאָס השתתפות פון די גדולי הרבנים שליט״א וועלכע זענען געקומען צו פאָרן ממקומות מושבותיהם, פון ניו יאָרק אייראפּע און ארה״ק, צו פוקד זיין דעם ציון המצויינת ביומא דהילולא קדישא.

דער רייכער פראגראם ביים מעמד ההוד איז געעפנט געווארן דורך די וועלט-בארימטן נועם הלשון הרה״ח ר׳ ישראל שטערן פון לאנדאן, וועלכער האָט איינגעפעדימט די סעודה הנשגבה מיט הערליכע געדאַנקען. מ׳האט געהערט אַ וואַרעמע דרשה פון הגה״צ אב"ד קערעסטיר שליט״א, וועלכער האָט מיט קורצע ווערטער אָפּגעגעבן א שבח והודי׳, אַז מ׳האָט די זכי׳ געווען אָפּצוהאַלטן דאָ די הילולא קדישא אויף אזא געהויבענעם פארנעם, און אויסגעניצט די געלעגנהייט צו באדאנקען אלע עוסקים במלאכת הקודש.

אַ געהויבענע דרשה האָט מען געהערט פון הגה"צ רבי אברהם הערש וואזנער אב"ד סאטמאר מאנסי וועלכער האָט אַרויסגעברענגט דעם תוקף קדושת היום און וויפיל מ׳קען פּועל׳ן אין דעם הייליגן טאָג, ענינים נפלאים במשנתו של צדיק האָט מען געהערט ביי די דברי תורה וברכה פון כ״ק אדמו״ר מקאסאן שליט״א וואס האָט אויך געגעבן א ברכת הקודש פאר אלע תומכים ומסייעים. הגה״צ רבי פנחס חיים גרינוואלד אב"ד פּאפּא מאנסי שליט״א, נכד בעל ההילולא, האָט געזאָגט אַ הערליכע דרשה במשנתו של צדיק וואָס האָט דערהויבן כל קהלא קדישא הדין. מיט׳ן בענטשן איז מכובד געווארן הרבני הנגיד ר' יוסף ריעדער, מגדולי תומכי קערעסטיר, וועלכער האָט געהאַט די זכי׳ אַריינצוגעבן אַ ספר תורה ביום השבת קודש אין קערעסטיר, און מ׳האָט אים אַצינד מכבד געווען כערכו הרם. נאָכ׳ן בענטשן האָט מען פאַרטיילט ״כוס של ברכה״ פאַר די נדיבי הלב, און דער ציבור האָט זיך אויפגעהויבן מלא התרגשות, אָנגעלאָדענט מיט אַזויפיל רגש קודש, אַרויסגעלאָזט חבורות׳ווייז צום ציון הקדוש מתפּלל זיין במקום קיבול תפלות אשר שם חלקת מחוקק ספון, לפעול דבר ישועה ורחמים. אָט די סעודה הגדולה איז געווען די ערשטע אין אַ ריי פון צענדליגער סעודות הילולא במשכ׳ן מעת לעת, מיט׳ן הויכפּונקט פון נאָך צוויי גרעסערע סעודות וועלכע זענען אפּגעראכטן געווארן אויף א גרעסערן פאָרמאַט. איין גרעסערע סעודה איז פאָרגעקומען מאָנטאָג ביומא דהילולא פאַרמיטאָג, וואס איז געווען קאָמבאַנירט אינאיינעם מיט די סעודה לכבודה של תורה לרגל די פייערדיגע הכנסת ספר תורה וואָס איז אפּגעהאלטן געווארן בעצם יומא דהילולא, דורך דעם עלטסטן אייניקל פון הייליגן בעל ההילולא, בנש״ק רבי ישראל יעקב יוקל גרויס שליט״א, וואו הונדערטער אידן האָבן זיך מיטגעפרייעט בשמחתה של תורה און דאַן זיך געזעצט צו די גרויסע סעודת הילולא וסעודה לכבודה של תורה. אַזוי אויך במוצאי ההילולא, סוף טאָג, איז ווידעראמאל צוגעגרייט געוואָרן אַ הערליכע סעודה גדולה כיד המלך, אויף א גרעסערן פארמאט, און אידן האָבן אינאיינעם פארברענגט במשנתו של צדיק, מיט סיפורים וענינים, און מיט א געהויבענער רגש קודש, שליסנדיג דעם קייט פון סעודות הנשגבות וואָס זענען אפּגעראָכטן געוואָרן. במשך די גאַנצע פיר און צוואנציג שעה האבן זיך כסדר געטוישט משמורות פון די סעודות און רבי ישעי׳לעס גאנץ יעריגע הייליגע קאָך האָט געהאלטן אין איין קאָכן און צוברענגען פריש, יעדער זאל געזעטיגט ווערן, לשובע ולא לרזון.



































































































Comments


bottom of page