top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

צדיק בא לעיר • חסידי אלכסנדר ענטפאנגען רבם ומאורם האד' מאלכסנדר ביים מעמד קבלת פנים אין בארא פארק

מונטאג פ' אחרי קדשים - ג' אייר תשפ"ג


פארגאנגענעם ליל שישי איז אין דער שטאט בארא פארק פארגעקומען די מעמד קבלת פנים לכבודו פון כ''ק האדמו''ר מאלכסנדר שליט''א, ס'איז פארגעקומען אין די סאטמארע תלמוד תורה ווי עס איז צום ערשט געוועהן צוגעגרייט א ברייטע סעודה לכבוד ראש חודש אין א מסיבת מרעים ווי עס האט אויפגעטרעטן איינע פון די משפעים פון די קהילה דערנאך איז מען ארויף צום בית המדרש צום מעמד קבלת פנים.


די רבי שליט''א איז אריינגעקומען אנגעטוהן מיטן קאלפיק לכבוד ראש חודש, אין זיך געוואשן צום סעודה, ביים טיש האבן זיך משתתף געוועהן דעם רבינס איידימער כ''ק האדמו''ר מלויצק שליט''א וואס איז אויך צוגאסט די טעג אין ניו יארק אין כ''ק האדמו''ר מאונגוואר שליט''א.


מען האט געזינגען עטליכע ניגוני ראש חודש אין ניוגני יו''ט פסח, אין דערנאך האט די רבי משמיע געוועהן דברות קודש ארויסגעבנדיג רגשי לבבו אז מען טרעפט זיך ווידער מיטן היימישן עולם אין בשבח פון די קהילה אין בארא פארק וואס האט זינט איר התייסדות מיט 40 יאר צוריק ארויסגעגעבן הערליכע פירות פירות לשם ולתהלה, און אויך דערמאנט די בעל אכסניא הרה"ח ר' יעקב צבי גוטמאן וואס האט זיך מוסר נפש געוועהן אוועקצושטעלן דעם אלכסנדר שטיבל און בארא פארק.


די רבי האט געבענטשט על הכוס און מען איז אריבער זאגן לחיים, נאכגעפאלגט מיט א פייערדיגן ריקוד.










Comments


bottom of page