top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

פייערליכע מעמד ההדלקה בראשות הרה"צ רבי אלימלך בידרמאן וועט געפראוועט ווערן במקהלות אלפים אין מירון

מיטוואך פ' אחרי קדושים - ה' אייר תשפ"ג


רבבות אלפי ישראל פון אלע שיכטן און קרייזן, גרייטן זיך מיט התרגשות מיטצוהאלטן דעם פייערליכן מעמד ההדלקה רבתי בליל ל''ג בעומר בראשות הגה"צ המשפיע ר' אלימלך בידערמאן שליט"א, וועלכע וועט פארקומען בליל ההילולא אום 1:30 ביינאכט אויף דעם נייעם גיגאנטישן 'מתחם ההדלקות' אין אתרא קדישא מירון.


יאר יערליך ווערט די הדלקה פון הרה"צ ר' מיילעך בידערמאן שליט"א מיטגעהאלטן דורך שווערע צענדליגע טויזענטע יודן וועלכע ווארעמען זיך אן באש קודש מיט די פלאמפייערדיגע דברי חיזוק והתעלות פונעם בארימטן משפיע און הייבן זיך אין די לופטן בערגה וכיסופין בהתעוררות רב. אין די פארלאפענע יארן האט זיך דערקענט אן ערנסטע געדרענג ביים ציבור, נאכדעם וואס די שטחים נעבן דעם ציון האבן נישט געקענט ארייננעמען אין זיך דעם מאסן באטייליגטע.


היי-יאר איז געמאלדן געווארן דורך די עסקנים אז די הדלקה וועט פארקומען אויפן ריזן שטח ביים נייעם 'מתחם ההלדקות' אינדרויסן פון מירונ'ער שטעטל, ווי עס איז פארהאן א מעגליכקייט צו אקאמעדירן א פיל גרעסערע ציבור ווי ביז היינט.


אין די יעצטיגע טעג זיצן די עסקנים אויף נאכאנאנדע באראטונגען און זיצונגען אויסצוארבעטן די לעצטע דעטאלן אז די מעמד זאל קלאפן על צד היותר טוב און פארזיכערן די מאקסימום זיכערהייט ביים מעמד על כל צרה שלא תבא.


ווי ערווענט וועט זיך די מעמד ההדלקה אנהויבן אום 1:30 ביינאכט במקהלות רבבות אלפי ישראל וועלכע וועלן נתרומם ווערן לענגערע שעות באור היקוד פון התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי. תיכף נאך די הדלקה ביים עלות השחר וועט מען זיך שטעלן דאווענען שחרית ברוב עם בראשות הרה"צ ר' מיילעך וועלכע וועט נאכגעפאלגט ווערן מיט א גרויסע סעודת הילולא און פת שחרית אינעם שאטער וועלכע געפונט זיך הארט נעבן די שטח ההלדקה.



Comments


bottom of page