top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הונדערטער "רבי מאיר'ס מקורבים" אין וויליאמסבורג, גבאי כולל שומרי החומות, פארזאמלט צו א "ליל הגבאים"

דאנערשטאג פ' אחרי קדושים - ו' אייר תשפ"ג


די הונדערטער גבאי ״כולל שומרי החומות״ זענען נאך אונטערן טיפן רושם נאכן פּרעכטיגער ״ליל הגבאים״ פארזאמלונג פאַרלאָפענעם וואך אין דער שטאָט וויליאמסבורג, ווען אַן אַרמיי פון העכער הונדערט אַכציג וויליאַמסבורגער גבאי קודש, פון כולל שומרי החומות אנשי שם ואנשי פּעולה פון אַלע קרייזן און שיכטן אין דער עיר גדולה, האָבן תחת קורת גג אחד זיך מאָביליזירט צום דינער האדיר, למען המשכת המסורה הקדושה, וואָס באַגלייט כלל ישראל דור אחר דור.


דער באַרימטער יושב ראש, ר' מאיר מרדכי בערקאוויטש האט ריכטיג אנגעשלאגן דעם טאָן פון דעם אסיפה, ארויסהייבנדיג ווי גליקליך כולל שומרי החומות איז ווען מ׳פארמאגט אַזאַ לגיון של מלך פון גבאים, וועלכע זענען איינגעשפּאַנט בלב ובנפש און זענען גרייט אַלעס צו טון למען הצלחתה.


דאַן האָט מען געהערט די בשורות טובות ומרנינות פונעם חשוב׳ן געטרייען מנהל הכולל, ר' שלמה מיכאל מאיער שליט״א, דער עומד על הפּקודים פון כולל שומרי החומות, וועלכער האָט דערפרייעט די לבבות הגבאים, אויפוויקלענדיג אַביסל וויפיל אַלץ מ׳האָט אויפגעטון די לעצטערע חדשים, הייבנדיג די געלטער וואָס מ׳שיקט פאר די עניי ארץ ישראל פּי כמה וכמה. דער מנהל האָט דערביי אויך מעלה געווען זכרונו הבהיר פון כ״ק מרן גאב״ד ירושלים זצ״ל, נשיא הכולל, אויך דעם פאַרלוסט פונעם אומפאַרגעסליכן ראש הכוללים הגאון רבי יוסף ליבערמאן זצ״ל.


דערנאך האָט מען געהערט איינדרוקספולע ווערטער פון הרה״ג רבי משה ראזענפעלד שליט״א חבר הנהלה ודומ״ץ ביהמ״ד ברך משה ד׳סאטמאר, דאַן איז געקומען דער קלימאַקס פונעם אָווענט, ווען דער פּה מפּיק מרגליות הרה״ג רבי שלום שרגא פּאפּלאנאש שליט״א, האָט גענומען דאָס ווארט, און מיט זיינע הפלא׳דיגע ידיעות איינפאַך עלעקטעריזירט דעם ציבור און אַראָפּגעגעבן פאַר די גבאים דעם היסטאָרישן באַדייט פון א ״רבי מאיר בעל הנס גבאי״.


א געהויבענע שטימונג האט געהערשט מיטן ערשיינונג פון הוד כ״ק אדמו״ר מסקולען שליט״א, וואס חיבה יתירה נודעת ביים רבי׳ן שליט״א צו די הייליגע צדקה אין וואָס דער רבי שליט״א איז אדוק ומקושר, זייענדיג ממשיך מסורת בית אבותיו בלב שלם. די רבי וואָס איז ספעציעל געקומען צו פאָרן ממעון קדשו והיכלו כולו אומר כבוד צו באַשיינען דעם מעמד ההוד און מחזק זיין די גענעראַלן פון כולל שומרי החומות צדקת רבי מאיר בעל הנס.


בקול ה׳ בהדר האָט דער רבי שליט״א געפייערט איבער דעם ״עוצם הזכות״ וואס די גבאי קודש האָבן מיט דעם וואָס זיי קענען טון פאַר די הייליגסטע צדקה ביי כלל ישראל, וואָס איז מסוגל לכל מיני ישועות. דער רבי שליט״א האָט ארומגערעט איבער די אהבה וחיבה פון זיין הייליגן טאַטן הרה״ק מסקולען זצ״ל צו די מסורה׳דיגע צדקה פון כלל ישראל, ווי מיט דעם כח האָט ער גע׳פּועל׳ט ישועות פאַר אידישע קינדער.


דער רבי שליט״א האָט דערמאַנט אַז בעת די שווערע תקופה ווען ער איז ליידער געווען רתוק למטת חליו האָט ער כסדר אַריינגעלייג אין די הייליגע פּושקע פון רבי מאיר בעל הנס, און דאָס האָט מחזק געווען און בעז״ה צוגעברענגט די ישועה בסייעתא דשמיא. מיט הייליגע ברכות האָט דער רבי שליט״א מרעיף געווען אויף אלע גבאים, אנוואונטשנדיג אז דער זכות פון רבי מאיר בעל הנס וועט אוודאי מגין זיין אויף זיי, עליהם ועל זרעם.








































Comments


bottom of page