top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

לאנדאן • בנין אפגעקויפט אלס אכסניא פארן ביהמ''ד אין כולל פון הגה''צ רבי שמואל בנימין קרויס

מיטוואך פ' אחרי קדושים - ה' אייר תשפ"ג



מיט פרייד האבן חסידים ואנשי מעשה תושבי עיר הבירה לאנדאן אויפגענומען די בשורה מרנינה, אז בסייעתא דשמיא איז געשלאסן געווארן די מקח אויף א שיינע בנין רחבת ידים וואס וועט דינען אלס אכסניא של תורה פארן בית המדרש און כולל פון הגה"צ רבי שמואל בנימין קרויס שליט"א מגדולי הצדיקים ומקובלים אין שטאט.


ווי באקאנט פירט ר' שמואל בנימין אן א ריזיגע כולל מיט צענדליגע אינגעלייט, וואו מען איז עוסק בתורה ובעבודה באש קודש, אין די לעצטע פאר יאר ווען ר' שמואל בנימין איז ליידער נישט געזונט געווארן, האט מען אויפגעשטעלט א פראוויזארישע בית המדרש בביתו נאוה קודש, וואו די תלמידים וחסידים קומען זיך צוזאם דאווענען אינאיינעם בצילו פונעם גרויסן צדיק וגאון.


זעענדיג אז עס פעלט זיך אויס א אייגן בית המדרש וואו מען זאל קענען אפרעכטן די תפילות ביד רחבה, און א מקום גדול וואו די כולל זאל זיין סטאנציאנירט אן קיין שטערונגען, זענען א גרופע גבירים ותומכים פון ניו יארק אריינגעשפרינגען אינעם מקח אפצוקויפן א שיינע גרויסע בנין, און אהערשטעלן א פאסיגע אכסניא לתורה ולתפילה וואו ר' שמואל בנימין זאל קענען אפרעכטן די עבודת הקודש מיט הרחבת הדעת.


אין די יעצטיגע תקופה האט מען טאקע געשלאסן מקח אויף א בנין רחבת ידים אויף די סאוט ענדרוס גראוו גאס, וואו עס וועט ווערן בקרוב הימים אויפגעבויעט א גרויסע היכל בית המדרש צום דאווענען און לערנען, א עקסטערע דירה פאר ר' שמואל בנימין מיט פיל צימערן צו קענען אויפנעמען דעם ציבור המשחרים לפתחו מדי יום ביומו ומדי מועד במועדו, מיטן האפענונג צו האבן דעם בנין גרייט ווי אמשנעלסטן.

Comments


bottom of page