top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מקאסאן אויף א נסיעה צו די מקומות הקדושים אין איראפע

מיטוואך פ' אחרי קדושים - ה' אייר תשפ"ג


כ"ק אדמו"ר מקאסאן שליט"א וועלכע איז די וואך אפגעפלויגן קיין קערעסטיר אונגארין לרגל די הילולא פון זקנו הרה"ק רבי ישעי'לע קרעסטירער זי"ע האט אין לויף פון די וואך מתפלל געווען ביי מקומות הקדושים קברי אבותיו אין אונגארין און אוקריינע, די רבי שליט"א האט פוקד געווען די ציונים הק' אין איהעל, קאליב, ליסקא, טאהש, און ביי די ציונים הק' פון אדמור"י בית קאסאן אין די שטאט קאסאן אין אוקראיינע.


נעכטן דינסטיג אויפדערנאכט האט זיך די רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג צום שטאט וויען עסטרייך, אינטערוועגנס האט זיך די רבי אפגעשטעלט אין שטאט בודאפעסט ווי די רבי האט געדאווענט מעריב אין די שטאטישע קאזיצקי שול און געציילט ספירה, די רבי איז פארבליבן אין וויען אויף לינת לילה בבית האכסניא אין שטוב פון הנגיד ר' חיים לעווי, היינט צופרי האט די רבי געדאווענט שחרית אין בית המדרש קהל חסידים, ווי די רבי האט זיך באגריסט מיטןי רב הביהמ''ד הגה"צ רבי אברהם יונה שווארץ גאב"ד וויען עסטרייך, און נאכן דאווענען האט זיך די רבי ארויסגעלאזט צום שטאט פרעשבורג און פוקד געווען די ציון קודש הקדשים פונעם הייליגן חתם סופר זי"ע, פון דארט האט זיך די רבי ארויסגעלאזט צום לופטפעלד אויפן וועג אהיים קיין ניו יארק.














Comments


bottom of page