top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שביעי של פסח • מעמד הכתרת הגה''צ רבי יהודה הכהן כ"ץ אלס אבד"ק ויצב אברהם-מעלבוירן אוסטראליע

מיטוואך פ' תזריע מצורע - כ"ח ניסן תשפ"ג | קול בחצרות

ווי שוין געמאלדן פאר פסח האט דער חסידישע חבריא אין מעלבוירן אויסטראליא אויפגענימען אלס אלוף לראשם הגה"צ רבי יהודה הכהן כ"ץ שליט"א, צו דינען אלס רב און מורה דרך אין ק''ק "ויצב אברהם" ווי עס קלאמערן זיך די דארטיגע חסידישע אידן צו דינען דעם אויבערשטען בדרך המסורה, אפגעשיידט פון דער גוי'שע גאס.


ווי נאר מען האט אויפגענומען דעם נייעם רב האט זיך באלד געשאפן א וועד ההכתרה פון ערנסטע עסקנים וואס זענען אריינגעשפרינגען אין דעם פראיעקט צו אפרעכטן א גראנדיעזע מעמד הכתרה ווי עס פאסט זיך לכבודה של תורה. דער טאג פון דער הכתרה איז באשטימט געווארן אויף ליל שביעי של פסח ווי געברענגט אין ספה"ק בני יששכר: מנהג אבותינו תורה היא, לעשות כל התמנות הראשים בכל קהילה בשביעי של פסח.


נאך לענגערע הכנות איז ענדליך אנגעקומען די ערווארטעטע נאכט ליל שביעי של פסח, און עס האבן אנגעהויבן צו שטראמען צום היכל הביהמ"ד הונדערטער אידן אנשים נשים וטף, ספעציעל האבן זיך אנגעזעהן אידן פון אנדערע קהילות און ווייטערע קרייזן וואס זענען אויך געקומען צו מיטהאלטן די מעמד הכתרה. אויפן אויבן אן, זענען פלאצירט געווארן די זקני ופני העדה, און די חשובע רבני העיר, אויך זענען געווען טישן אנגעגרייט פאר די בעלי בתים און יונגעלייט, און אין די זייט איז געווען אויפגעשטעלט פארענטשעס פאר די בחורים, תלמידים פונעם רב שליט"א, וואס איז כסדר משפיע מהודו פאר די בחורים אין די ישיבה.


געעפנט דער מעמד האט הרבני הנגיד ר' מרדכי זלמן פיקסלער יו"ר וועד קרן בניני הקהילה און פון די אקטיווע חברי הנהלה, ווי ער האט ארויסגעברענגט דעם אילו פינו מלא שירה כים וואס דער גאנצע ציבור האט אין די נאכט, אז מיר האבען די זכיה אז דער רב שליט"א איז ווייטער ממשיך די גאלדענע קייט, אויפן וועג פון זיין שווער דער פריעדיגע רב הגה"צ ר' אברהם צבי בעק זצ"ל, אויף וואס יעדער האט אזוי לאנג ארויס געקוקט.


מיט א הארציגע דרשה האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר ישעי' מנחם ווייס שליט"א מנכבדי ופארי העדה, ווי ער ארויסגעברענגט די שיינקייט פון די קהילה, און וויפל מען האט זיך געפלאגט צו אויפשטעלן אזא שיינע הערליכע קהילה "דייקא" אויף די זעלבע יסודות פון אונזערע הייליגע רבי'ס זי"ע. און ב"ה אז מען האלט שוין ביים אויפנעמען א מנהיג העדה וואס זאל עס פיהרן ווייטער בלי שום שינוי כל שהוא פון דעם אויסגעטרעטענעם וועג.


דאן האט מען געהערט וואונדערליכע דברי חרוזין, פון דער באקאנטער בדחנא דמלכא וואס איז ספעציעל געקומען צו פארן פון אמעריקא ר' משה יהושע ווייס, וואס האט געברענגט מורא'דיגע הרגשים ביים ציבור. דערנאך האט מען מכבד געווען דער הרה"ג ר' חיים שלמה פיקסלער נכד צדיקי זידיטשוב פארצוליינען די כתב רבנות ווי דער גאנצע עדה הקדושה איז מקבל מרות פונעם נייעם רב שליט"א אין אלע ענינים. דאן האט מען מכבד געווען איינע פון די זקנים חשובים אין ביהמ"ד, זיך צו אויפשטעלן אין איבער געבען די קאנסוס לידו פונעם רב שליט"א. און דער עולם האט אויס געשריגען מזל טוב און מען איז ארויס אין א פייערדיגע טאנץ.


א שטילקייט האט געהערשט, ווען עס האט זיך אויפגעשטעלט דער נייער רב מיטן איינצוגס דרשה, ווי ער האט ארויסגעברענגט וואספארא זכי' ער האט צו דינען פאר אזא אפגעהיטענע ציבוד אידן, ובפרט בעניני טעכנעלאגיע.


נאכן איינצוגס דרשה איז שוין געוועזן נאך חצות אין מען זיך אויפגעשטעלט טאנצן שירת הים, און דערנאך האט זיך געשלענגלט א לאנגע שורה פון זקנים ונערים לברך ולהתברך, יעדער האט באקומען א פלעשלע וויין מיט ברכת קדשו פונעם נייעם רב שליט"א, עס איז שוין געווען אין די פארטאגס שעהן ווען דער עולם האט אהיים שפאצירט פון אזא דערהויבענע מעמד מרוגש.


תשית לראשו עטרת פז!

bottom of page