top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

נייע וויז'ניצער ביהמ"ד אין לינדן

מוצש"ק פ' בא ו' שבט ה'תשפ"ג

קול בחצרות - אין א פריידיגע אנטוויקלונג פון הרחבת גבולי הקדושה איז געמאלדן געווארן פון חצר הקודש וויזניץ אז בהורמנותא דמלכא פון מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, איז געשלאסן געווארן די מקח מיטן 'וועד הדיור ד'לינדען', אפצוקויפן א גרויסער הויז אין דעם נייעם חרידשן יישוב אין שטאָט לינדען - ניו דזשערזי וואס וועט בסייעתא דשמייא דינען אַלס אכסני׳ של תורה פאַר א נייע בית מדרש לתורה ולתפילה דחסידי וויזניץ אין לינדען. דאס קומט נאכדעם וואס אין די לעצטע צוויי יאָר האָבן זיך אָנגעהויבן בברכת הקודש פון רבי'ן שליט"א, אהינציען אַ שיינע צאָל וויזניצע אינגעלייט, וואָס זוכן זיך צו האַלטן צוזאַמען כאיש אחד בלב אחד, צו קענען דאַווענען אין א היימישע ערליכע סביבה, צוזאַמען מיט וויזניצער חסידים, צו וואָס מען וועט אַצינד האָבן די געלעגענהייט אַדאַנק דאָס התייסדות פון דעם נייעם ביהמ"ד.

די מקח איז צושטאנד געקומען בברכתו והדרכתו פונעם מנהיג העדה מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א וועלכע האט געוואונטשן ברכת קדשו פאר די הצלחה פונעם ביהמ''ד.

הרחיבו מקום אהליך

bottom of page