דאנערשטאג פ' תרומה - ב' אדר תשפ"ג
קול בחצרות - כ''ק האד' מרחמיסטירווקא שליט''א איז נעכטן אנגעקומען קיין בית שמש ווי דער רבי האט באשיינט די חתונה פון החתן זוהן פון הרבני הנגיד ר' דוד משה הארוויץ מיט די כלה די טאכטער פון הנגיד ר' יצחק משה יאגודה ביידע נגידים מחזיקי תורה וואס זענען זוכה צו זיין שותפים אין די רחמיסטריווקא מוסדות, דער רבי האט מסדר קידושין געוועהן ביי די חופה אין נאכן חופה הארט פארן שקיעה איז די צוגעפארן צו בית מדרשו אין רמת בית שמש ווי דער רבי האט געדאווענט הלל לרגל ראש חודש נאכגעפאלגט מיט קריאת התורה מוסף אין מנחה, נאך מנחה האט זיך די רבי געוואשן צום סעודת ראש חודש בחדרו הפרטי אין ביהמ''ד, א שעה נאכן זמן רבינו תם איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד צום עריכת שולחן הטהור לכבוד היום ווי עס האבן זיך פארזאמלט א גרויסער ציבור חסידים אין תושבי המקום, די רבי האט טועם געוועהן פון די מאכלים אין געזאגט תורה, נאך א קורצע הפסקה האט זיך די רבי צוריק געקערט צו די חתונה אין דארט געטאנצן מצוה טאנץ
Comments