top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מסאטמאר באזוכט אין נייע בית האופה דקיט''ל אין וויליאמסבורג

מאנטאג פ' משפטים ה'תשפ"ג



קול בחצרות - נאכמיטאג איז דער רבי אנגעקומען צום נייעם בית האופה דקהל יטב לב אין וויליאמסבורג וועלכע האט זיך נארוואס אריבערגעצויגן צו א נייעם פראכטפולן לאקאל


דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די ארבעט פאר א לענגערע צייט אין באגלייטונג פון בנו הגה"צ אב"ד סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א און באוואונדערט די פילע הידורים און חומרות וואס זענען איינגעשטעלט געווארן אינעם בעקעריי, און אויך ארומגעגאנגען אין אלע שטיבלעך און סטארעדזשעס און דערנאך האט דער רבי מפריש געווען חלה


דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, דער רבי האט געטרינקען לחיים אין כעמאכט א ברכה אויף פסח'דיגע קעיק און משמיע געווען דברות קודש ווי דער רבי האט שטארק משבח געווען די פילצאליגע חומרות און ארויסגעברענגט לשבח פון בנו הגדול דער רב שליט''א וועלכע לייגט אריין אזויפיל כוחות צו שטיין על המשמר און מסיים געווען בברכת קדשו פאר אלע ארבעטערס און פאר די הנהלת בית האופה


דער רבי האט געשאנקן א מתנה א זילבערנעם וויין פלאש פאר הרה"ח ר' ברוך יודא שפיטצער - מנהל בית האופה אין אויפן וועג ארויס האט דער רבי קובע געווען א מזוזה ביים הויפט אריינגאנג












bottom of page