top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

כי יעמוד לימין אביון | ווען א משולח האט אנגעקלאפט ביי האדמו''ר מבאבוב 45


דאנערשטאג פ' בא ד' שבט ה'תשפ"ג




קול בחצרות - חסידי באבוב 45 זענען אויף מיט א מעשה פלא וועלכע ווערט אין די טעג פארשפרייט א וואונדערליכע מעשה וואס האט פאסירט די לעצטע וואך אין איז אין די טעג די געשפרעך פון טאג ביי חסידי באבוב 45 אין תושבי בארא פארק.


מיט עטליכע וואכן צוריק איז א חשובע איד פון ארץ ישראל אנגעקומען צופארן קיין אמעריקא לדבר מצוה אויפצוטרייבן געלטער פאר די הוצאת הנישואין פון זיינע קינדער. אין די שפעטע ביינאכט שעות איז ער ארומגעגאנגען צוזאמנעמען נדבות ביי די הייזער אין בארא פארק און גייענדיג פון טיר צו טיר האט ער אנגעקלאפט במעון הקודש פון כ''ק האד' מבאבוב 45 שליט''א אינעם רבינס באשיידן אין פשוט'ער דירה אויף די 50'סטע גאס, דער משולח האט נישט אויפגעכאפט אז דא איז עפעס ספעציעל אין האט אריינגעקלאפט בייפ טיר, די רבי שליט''א הערנדיג אז עס ווארט א איד ביים טיר נאך געלט אז צוגעקומען אין אליינס געעפנט די טיר און דער משולח זייענדיג א דערהויבענע איד און אויסגעטוען פון דער וועלט האט גארנישט דערקענט דעם רבין שליט"א.


די רבי האט אים געפרעגט אויב ער קען אים מכבד זיין צו מאכן א ברכה און אויב ער איז קאלט וכדו' און עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז דער איד האט שוין א לאנגע צייט נישט געהעריג געגעסען. ווען די רבי האט אים פארבעטן אז ער זאל אריינקומען עפעס עסן האט ער אפגעזאגט אז ער קען נישט צוליב וואס ער יאגט זיך זייער דארפנדיג נאך שאפן גרעסערע סכומים. צו זיין גרויס איבערראשונג האט די רבי שליט"א זיך אנגערופן אז ער וועט אים געבן דער גאנצער סכום געלט וואס ער האט געפלאנט צו שאפן אבי ער זאל אריינקומען און זיך דערכאפן דאס הארץ אין עפעס טועם זיין.


דער איד האט טאקע צוגעשטימט אריינצוקומען צום רבין אינדערהיים און די רבי אליינס בכבודו ובעצמו האט צוגעגרייט פאר דער איד צו עסן און צו טרינקען קאלטס און ווארעמס און די רבי שליט"א איז געווען עומד ומשמש פאר דער משולח און געשמועסט מיט אים כאחד האדם ווען בתוך הדברים האט דער איד אויך געפרעגט דעם רבין צו וועלעכע קהלה ער באלאנגט? די רבי שליט"א האט געענטפערט אז ער דרייט זיך אין באבוב, דער איד האט גארנישט אויפגעכאפט, ביים ענדע האט די רבי אים טאקע אפגעשריבן א שיינעם טשעק פאר א סכום עצום פון עטליכע טויזענט דאללער און אים ארויסבאגלייט ביז צו דער גאס.


מיט עטליכע טעג שפעטער האט דער איד באמערקט אויפן דעקל פון איינס פון די היימישע מאגאזינען אין בארא פארק א בילד פונעם רבין וועמען ער האט באלד דערקענט אלס דער מלאך המושיע וואס האט אים אזוי שיין אויפגענומען, און נאכן נאכקוקן אויף די טשעק האט ער געזעהן אז עס איז אויף דעם טאקע אונטערגעחתמעט דעם רבינס נאמען און די טשעק קומט גאר פונעם רבינס פריוואטע קאנטע. דער איד האט זיך דאן געכאפט אז ער געזעצן ביי איין טיש מיט נישט קיין צווייטן ווי כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א און פארברענגט מיט אים און די רבי שליט"א האט זיך מיט אים אפגעגעבען במסירות נפלאה און נישט געמאכט קיין וועזן פון זיך!


כי יעמוד לימין אביון להושיע משופטי נפשו!!

コメント


bottom of page