top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ק"ק סאטמאר קרית יואל אריין אין קאנטראקט אויף א ריזן קימפעטארין היים

מוצש"ק פ' תרומה ה'תשפ"ג


קול בחצרות - דעם ערב שבת איז הנהלת ק״ק סאטמאר אין קרית יואל אריין אין קאנטראקט אויף א גיגאנטישע פראפערטי אין צענטער "קרית יואל" רבתי, וואס באשטייט פון 10 אקערלאנד אין ״ווילעדזש אוו סאוט בלומינג גראוו״ אויפצובויען דערויף א ריזיגע ״קימפעטארין היים״ וואס זאל שטיין אין דינסט לטובת די טויזנטער משפחות חסידי סאטמאר פון איבער גרעיטער ניו יארק און ניו זשערסי בעת שהשמחה במעונם!


דער היסטארישער מחק איז געווארן אונטערגענומען בהתייעצות ובברכת קדשו פון כ''ק האד' מסאטמאר שליט''א (מהרי''י) און אונטער די פערזענליכע באגלייטונג פון הרבנית הצדיקת מסאטמאר תליט״א, וואס ווי באקאנט זענען די פעולות הצדקה והחסד פון די רביצין חובקות זרועות עולם, און די רביצין האט פערזענליך אויסגעדרוקט איר רצון אהערצושטעלן די געוואלדיגע סערוויס און חסד לטובת די משפּחות פון אנשי שלומינו פון איבעראל בעת שמחתם


דערמיט טוט די רביצין פארזעצן אין וועג פון הרבנית הצדיקת ע״ה מחברתו הטהורה פון הרה''ק מסאטמאר זי״ע וואס איז יארן לאנג געשטאנען אין שפּיץ פון די בארימטע ״ילד שעשועים״ קימפּעטארין היים אין קרית יואל, און מיט גרויס געטריישאפט זיך אפגעגעבן מיט די קימפעטארינס זיי צו העלפן און שטארקן און הייבן אין צייט פון א שמחה צו קענען ווייטער אנגיין אלס געטרייע אידישע מאמעס מיט פרישע כוחות


אויף די ריזיגע שטח קאמפלעקס וועט אויך געבויט ווערן א ריי בנינים און איינריכטונגען לצרכי הקהלה ולצרכי הציבור וואס וועט ווערן אהערגעשטעלט אויף א גאר הערליכן פארנעם לתפארת הקהילה הקדושה און פאר׳ן לאנגטערמיניגן עתיד הקהלה


אין די קומענדיגע תקופה האפט מען גומר צו זיין דעם מקח און אריינטאנצן אין די אקטיווע בוי פאזעס אדורכצופירן די געוואלדיגע אונטערנעמונג לשמחת לב די טויזנטער חסידים קרית יואל און תלמידי וחסידי סאטמאר בכל מקומות מושבותיהם

bottom of page