top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הונדערטער חסידי ואוהדי סאדיגורה ביים דינער 'קיימו וקיבלו' לטובת מוסדות רוז'ין סאדיגורה

דינסטאג פ' תצוה - ז' אדר תשפ"ג

קרדיט שוקי לרר


קול בחצרות - הונדערטער חסידי ואוהדי בית סאדיגורה, האבן מיטגעהאלטן א געהויבענעם מעמד דעם מוצש"ק, ביים דינער 'קיימו וקיבלו' לטובת די הייליגע תורה וחינוך אימפעריע – מוסדות רוזין סאדיגורא, כולם נקבצו ובאו לך ראשי בית אב וכלי קודש, נדיבי עם און פני העדה, וואס זענען געקומען מוקיר זיין און פארשטערקערן זייער אייגענע 'בדק הבית' מרומם זיין די קרן התורה אין די הייליגע מוסדות.


די דינער איז פארגעקומען אין די גרויסע וואלי זאל אין כפר סבא אין איז באקרוינט געווארן מיט די פערזענליכע השתתפות פון כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט''א נשיא המוסדות


במשך די מעמד האבן מהנה געוועהן בפרקי שירה וזמרה די בארימטע מלכות קאפעליע אנגעפירט דורך הרה"ח ר' פינחס ביכלער צוזאמען מיטן בעל מנגן ר' יענקי רובין


דער ציבור האט זיך געוואשן צו א רייכער עלעגאנטער פליישיגער סעודה, לכבוד סעודתא דדוד מלכה משיחא. אלס יושב ראש המסיבה האט אופגעטראטן דער פה מפיק מרגליות הר"ר יוסף חיים גילערנטער וועלכער האט באגריסט דעם ציבור און האט געניט אויסגעשטעלט זיינע צווישן - אויפטריטן, ווען ביי יעדן בין הפרקים האט ער געווידמעט א קורץ-און-שארף איבערלויף בשבח המוסדות, דערנאך האט ער אויפגערופן דעם נואם הכבוד הרה"צ ר' חיים יצחק קאפ איידעם פון כ"ק אדמו"ר מפרמישלאן שליט"א, און דער פיל קעפיגער עולם האט געשלינגען מיט דורשט די דברי פי חכם חן


דאן האט גענימען דאס ווארט דער מנהל המוסדות הרב אהרן טירהויז, וועלעכע האט באגריסט די נגידים און וואס האט איבערגעגעבן א רעפארט פונעם אומגלויבליכן וואוקסט פון די מוסדות הקדושים, און ארויסגעברענגט דער 300% העכערונג אין הוצאות פון די לעצטע צען יאר און די ווייטערדיגע פלענער און פראיעקטן פון דער קומענדיגער צען יאר אריינגערעכנט דאס אויפבויען א מרכז העולמי דחסידי סאדיגורה, א בנין הת"ת, אין אריבערפירן די ישיבה קיין אלעד ועוד ידו נטויה


באלד דערנאך האט דער חשוב'ער ציבור צוגעהערט צו די הארציגע און טרעפליכע דיבורים פון הרב ר' ישראל פרוש די מעיאר פון אלעד וואס האט מיט זיין לשון לימודים איינגעלייטעט דער ציבור אין בעפארברייטונג פון די קומענדיגע שעות פונעם מעמד וואס זענען געוועהן געווידמעט פאר די משתתפים זיך אנצושליסן מיט א קביעות'דיגע התחייבות א הוראת קבע פון א שותפות אין די מוסדות אויף 3 יאר, וואס שטייט פון א א חודש'ליכער נדבה פון 300 ביז 3000 שקל


די עסקנים זענען ארומגעגאנגען אויסטיילן שטרות פאר די פארזאמלטע, דערנאך האט ר' ישראל פרוש אנגעהויבן אויסריפן די נעמען אין די סכומים וואס זענען ארויפגעקומען אויפן גרויסער סקרין אינטערן אויבן-אן, צוערשט איז פארגעשטעלט געווארן א רייכע פרעזענטאציע, ווי ס'איז אופגעשפילט געווארן די קורות הימים פון די לעצטע צען יאהר בחצר הקודש סאדיגורה, זינט די מסע הלוי' פונעם רבין די עקבי אבירים בשנת תשע"ג, און די הרחבת גבולי הקדושה אונטער די הנהגה פונעם רבין די עטרת ישראל, און ווייטער די שווערע יאהרן בימי חוליו ונר אלוקים טרם יכבה.


ר' ישראל פרוש אויסגערופן אז די רבי שליט"א אליין האט זיך אינטערגענומען צען טויזענט דאלער!, און דאן ממשיך געווען מיט די איבעריגע נתינות אין התחייבות'ער


אינמיטן האט ער ארויפגערופן הרה"צ רבי נחום כהן אנצווארעמען דעם עולם, איידער ר' נחום האט אנגעהויבן רעדן האט זיך פלוצלינג פארשפרייט די בשורה מהרנינה, אז אנדערש ווי דער פלאן וועט מען האבן די זכיה מקבל זיין את פני הקודש, דאן האט זיך די גאנצע אויפגעשטעלט און די מנגנים האבן אויפגענומען דעם רבין שליט''א וואס איז ערשינען אין זאל בצהלת פנים ווי די גאנצע ציבור האט ספאנטאן אויסגעבראכן אין פייערליכע טענץ


א צינד האט מען געהאט די זכיה צו הערן די ברכת הקודש פונעם רבין שליט''א, די רבי האט אנגעהויבן מיט א קענטיגע הנאה און קורת רוח זאגנדיג 'אז איך בין שוין יא געקומען בין איך געקומען בעטן אז דער עולם זאל דאפלען די נדבות...', די רבי האט אנגעוונטשן ברכות לרוב פאר אלע משתתפים ומסייעים אין דער הרבצת התורה וכבוד שמים בגוף ובממון.


נאך די דברות קודש האט זיך די רבי אויפגעשטעלט אין א ריקוד קודש, בשעת ווען די רבי שליט"א איז מעודד די ריקודין מיט גרויס התלהבות, דערנאך האט מען ארויסבאגלייט דעם רבין מיט די ניגון 'כי אורך ימים'.


נאך ווען די רבי שליט"א האט פארלאזט דעם זאל האט הרה"צ ר' נחום כהן אויפגעשטורעמט דעם זאל מיט זיינע דיבורים, דאן האט ר' ישראל אויסגערופן אז אויפן וועג ארויס פון זאל האט זיך איינער פון די פארזאמלטע אונטערגענימען דעם רבינס 10 טויזנט דאללער'דיגע התחייבות אין דעריבער האט די רבי איינגעמאלדן אז ער וועט זיך אונטערנעמען פרישע 10K דאללער!


ביים יעצטיגן דינער האט מען מצליח געווען צו דערגרייכן דעם אומגלויבליכן סכום עצום פון העכער פיר און א האלב מיליאן שקל, אדאנק די געטרייע עבודת הקודש פון די עסקני הדינער און די ווארימקייט ביים ציבור, וועלעכע לאזט זיך קאסטן דמים תרתי משמע לטובת די הייליגע מוסדות.


א פריידיגע שטימונג האט געהערשט אין זאל וואו מ'האט זיך ארויסגעלאזט אין פרייליכע טענץ להודות ולהלל להשי"ת אויף דעם זעלטן-הערליכע הצלחה וואס מ'האט נארוואס מיטגעלעבט.


נאכן בענטשן איז אויסגעטיילט געווארן א ווערדפולע מתנת ומזכרת הוקרה א וויין עפענער און צוגעהערן פאר אלע חשובע תורמים, און א שפעטע שעה אום 1:30 אויפדערנאכט איז זיך דער גרויסער ציבור צעגאנגען פונעם מעמד מרומם ומפואר אין א גאר גוטע שטימונג, מיט הויפענס חיזוק ועידוד ווען די נאכט איז ב''ה דורך מיט גרויס הצלחה למעלה מן המשוער.




































































Comments


bottom of page