top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

יום ב': ביקור המרומם פון האד' מבאבוב אין לאנדאן

מיטוואך פ' משפטים - כ"ד שבט תשפ"ג


קול בחצרות - א באריכט פון נעכטן דינסטיג דער צווייטער טאג פונעם ביקור המרומם פון כ''ק האד' מבאבוב שליט''א אין לאנדאן


אינדערפרי איז דער רב אריינגעקומען צו תפילת שחרית בבית מדרשו הגדול אויף עגעטאן אין לאנדאן, פאר'ן דאווענען זענען די בעל בתים אין די זקנים פון 60 יאהר אין העכער אדורך שלום נעמן און נאכ'ן


דאווענען איז די גאנצע ציבור דורך געבן שלום עס האט זיך פארצויגן פאר איבער צוויי שעה ווי די רב האט יעדעם אויפגענומען בסבר פנים יפות, צווישן אנדערע איז אדורך העסקן הרב ר' אשר שפירא בן האד' מנאראל און די רב האט געטרינקען לחיים לרגל די יארצייט פון זקינו הרה"ק ר' יהושע'לע מבעלזא.

אין לויף פונעם טאג האט די רב אויפגענומען דעם ציבור מיט קוויטלעך, אין שפעטער ביינאכט האט די רב ווייטער געזעגענט דעם ציבור ביז אין די שפעטע נאכט שעהן


נאכמיטאג האט די רב באזוכט ביי די רבני העיר צו ערשט ביים מרא דאתרא הגה''צ גאב''ד לאנדאן שליט''א לרפו''ש, ביי הגאון הגדול ר' שלום פריעדמאן סגן גאב"ד, אין ביי הגה"צ ר' יוסף פאדווא ראש הדיינים.


אזוי אויך איז די רב ארויף לבית הנה"ח ר' שלום אקסלער ווי ס'פארגעקומען די סיום כתיבת האותיות פאר'ן ספר תורה וואס איז געשריבען געווארן דורך כלל חסידי באבוב לעי"נ הרה"ק בעל דברי שלמה מ'באבוב און וועט אריינגעגעבן ווערן ברוב פאר והדר דעם קומענדיגן זונטאג צום באבוב'ער ביהמ''ד אין לאנדאן.















bottom of page