top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מוויז'ניץ אנגעקומען אין לאנדאן

דינסטאג פ' בשלח ט' שבט ה'תשפ"ג


קול בחצרות - כ''ק האד' מוויז'ניץ שליט''א האט נעכטן מאנטיג צופרי געלאנדעט אין די היטרו לופטפעלד אין לאנדאן עס האבן אפגעווארט א גרויסן ציבור חסידים וועלכע זענען ארויסגעפארן מקבל פנים זיין דעם רבין, פונעם לופטפעלד איז דער רבי צוגעפארן צו די גאלדערס גרין געגענט ווי דער רבי האט געדאווענט שחרית אין שטוב פון הנגיד ר' יעקב קאהן מגדולי תומכי המוסדות, נאכמיטאג איז דער רבי אנגעקומען אויפן ענפיעלד בית החיים אין לאנדאן צו די מעמד הקמת המציבה על קברו פון הרה''ח ר' ישראל ליעבער ז''ל מחשובי חסידי וויז'ניץ אין לאנדאן וועלכע איז פאריאהר טראגיש אוועק געריסן געווארן אין בליענדן עלטער, דער רבי שליט''א האט אויפגעטראטן מיט קורצע דברי הפסד אין צוגעגאנגען צו עטליכע ציונים אויפן ארטיגן בית החיים


שפעטער פארנאכטס האט דער רבי מפאר געווען בראש השמחה ביי די חתונה בבית העסקן הנמרץ ר' אברהם פיפקא אין לאנדאן, דער רבי האט מסדר קידושין געווען ביי די חופה אין אויפדערנאכט צוריק געקומען צו די חתונה אין געטאנצן מצוה טאנץ


היינט אין לויף פונעם טאג וועט די רבי אנהייבן געזעגענען די חסידים תושבי לאנדאן, גלייכצייטיג ווערן געמאכט די לעצטע צוגרייטונגען צום גייסטרייכן מעמד ביים שטח פון די נייע וויזניצער תלמוד תורה אין לאנדאן, ווי דער רבי שליט''א ועוט זאגן פרשת המן ברוב עם הדרת מלך אינאיינעם מיט די נדיבים בעם

bottom of page