top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

גרויס התרגשות אין וויליאמסבורג צום ערשטמאָליגן שבת בצל האד' מוויזניץ-מאנסי שליט"א

דאנערשטאג פ' תרומה - ב' אדר תשפ"ג


קול בחצרות - מיט גרויס התרגשות גרייט מען זיך אין וויליאַמסבורג צום ערשטמאָליגן שבת וואָס וועט אָפּגעראָכטן ווערן אין די שטאָט בצל כ"ק אדמו"ר מוויזניץ-מאָנסי שליט"א, וועלכער וועט פּראַווען דעם היינטיגן שבת אין די שטאָט לרגל השמחה במעונו, און וועט זיין א געהויבענע געלעגענהייט פאר תושבי וויליאַמסבורג בכלל און פאר עדת חסידי וויזניץ בפרט, מיטצוהאַלטן דעם שבת בצל הקודש


דער באַזוך פונעם וויזשניצער רבי'ן שליט"א אין וויליאַמסבורג, איז לרגל דעם שמחת עלייה לתורה פון נכדו החתן, זון פון חתנו הרה"צ רבי נפתלי מרדכי טויב שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מקאַלוב שליט"א לרפו"ש, מיט די כלה די טאָכטער פון כ"ק אדמו"ר מקאַליש שליט"א פון פלעטבוש. דער שמחת עלייה לתורה וועט אָפּגעראָכטן ווערן אין וויליאַמסבורג, במחיצתו פונעם גרויסן זיידן כ"ק אדמו"ר מקאַלוב שליט"א און לרגל השמחה וועט מען האָבן די זכי' מיטצוהאַלטן אין וויליאַמסבורג דעם געהויבענעם שבת בצלו פונעם זיידן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, וואָס וועט צום ערשטן מאָל זינטן איבערנעמען דעם כתר ההנהגה, פּראַווען א שבת קודש אין וויליאַמסבורג.


דער גאַנצער שבת וועט אָפּגעראָכטן ווערן אין גרויסן וויזשניצער ביהמ"ד אויף 6 ליע עוו. ווען דער געהויבענער גאַסט שליט"א וועט פּראַווענען דעם שבת צוזאַמען מיט אחיו כ"ק אדמו"ר מוויזניץ-וויליאַמסבורג שליט"א, אויפ'ן היינט-שוין-באַקאַנטן געהויבענעם שטייגער וואָס וויליאַמסבורג האָט שוין כמה פעמים מיטגעהאַלטן, ווען די וויזשניצער רביים וואָס זענען צוגאַסט אין די שטאָט, פּראַווענען די תפלות און טישן צוזאַמען בשבת אחים גם יחד. שבת אינדערפרי וועט דער רבי שליט"א דאַווענען אין קאַלובער ביהמ"ד בצלו פונעם מחותן כ"ק אדמו"ר מקאַלוב שליט"א וואו עס וועט אי"ה אָפּגעראָכטן ווערן דער עליית החתן לתורה און דערנאָך דער קידושא רבה נאָכ'ן דאַווענען. מנחה און שלש סעודות וועט ווייטער אָפּגעראָכטן ווערן אין ביהמ"ד הגדול וויזניץ, וואו עס וועט נאָך שלש סעודות אָפּגעראָכטן ווערן דער מסיבת "פאָרשפּיל" לרגל השמחה הרוממה. צוזאַמען מיטן וויזשניצער רבי'ן שליט"א זענען ערוואַרטעט פילצאָליגע חסידים וואָס קומען צו פאָרן פון מאָנסי מיטצוהאַלטן דעם געהויבענעם שבת אין וויליאַמסבורג, און פילצאָליגע תושבי וויליאַמסבורג וועלןצעפענען זייער שטובער, אַריינצונעמען דעם פלייץ פון געסט וואָס זענען ערוואַרטעט אויף שבת אין די שטאָט. די געסט וועלן עסן די סעודות צוזאַמען אין זאַל פון "עטרת אברהם" און שבת אינדערפרי וועט מען האָבן די זכי' צו פּראַווען די סעודה צוזאַמען בצל הקודש פונעם וויזשניצער רבי'ן שליט"א אינאיינעם מיט די וויז'ניץ וויליאמסבורג'ער רבי


אין וויליאַמסבורג וועט דער רבי שליט"א האָבן זיין אכסניא אין שטוב פון בן אחיו הרה"צ רבי פּנחס שלום ראָטנבערג נכד כ"ק אדמו"ר בעל תורת מרדכי מוויזניץ זצוק"ל, וואו דער רבי וועט אָנקומען היינט דאָנערשטאָג נאַכט ליל שישי, און פאַרבלייבן אין די שטאָט ביז זונטאָג אינדערפרי


היינט אויפדערנאכט וועט פארקומען א מעמד קבלת פנים לכבודו פונעם רבין שליט''א אין שטוב פון הנגיד ר' אברהם חיים סעמיועלס, אין מוצאי שבת וועט די רבי באשיינען א רייכע באנקעט אין מסיבת מלוה מלכה לטובת די מוסדות


די קומענדיגער וואך וועט נאָכפאָלגן די שמחה הרוממה, שמחת החתונה וואָס וועט אָפּגעראָכטן ווערן אין ביהמ"ד הגדול וויזניץ אין מאָנסי, מיט דאָס השתתפות פון אלפי החסידים פון אומעטום.




Comments


bottom of page