top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בחסדי שמים: אפעראציע ביי מרן האד' מויז'ניץ דורך מיט הצלחה

מאנטאג פ' משפטים ה'תשפ"ג


קול בחצרות - כ''ק האד' מוויז'ניץ בית שמש וועלכע האט זיך היינט נאמכיטאג צוריק געקערט פון א נסיעה צו די מקומות הקדושים אין איראפע איז פונעם לופטפעלד תיכף צוגעפארן צו די אסותא שפיטאל אין תל אביב אויף ביקור חולים ביים שווער מרן האד' מוויז'ניץ שליט''א, בין הדברים האט דער וויזניצער רבי אינטערסירט איבער די פרטי הנסיעה, דאן האט דער רבי איבערגעגעבן פאר חתנו האד' מוויז'ניץ בית שמש דעם ספר הק' נועם אלימלך דפוס ראשון וואס דער רבי האט געהאט מיט זיך בשעת די אפעראציע אין געבעטן פונעם וויזניצער רבין פון בית שמש פארצולערנען א שטיקל נועם אלימלך


יעצט נאכמיטאג איז כ''ק האד' מוויז'ניץ שליט''א אנגעקומען צו די אסותא שפיטאל אין תל אביב אויף ביקור חולים ביי אחיו הגדול מרן האד' מוויז'ניץ שליט''א וועלכע ערהוילט זיך נאכן אפרעראציע וואס די רבי איז היינט דורך אויפן קאפ


פון די אסותא שפיטאל אין תל אביב קומט אן די בשורה טובה אז מרן האד' מוויז'ניץ שליט''א האט זיך ב''ה נארוואס אויפגעכאפט נאכן אפעראציע וועלכע איז ב''ה געקרוינט געווארן מיט הצלחה העכער אלע ערווארטונגען, דער רבי האט געשמועסט מיט די ארומיגע מקורבים אין די דאקטוירים וועלכע האבן אויסגעדריקט זייער צופרידנהייט פון די תוצאות, בהודעה על העבר ובקשה על העתיד זענען שלומי אמוני ישראל ווייטער מתפלל אז די ווייטערדיגע באהאנדלונגען זאלן זיך פירן על צד היותר טוב אין די רבי זאל זיך קענען צוריק קערן צו די כוחות


בפקודת הקודש פון כ''ק האד' מבעלזא שליט''א האט מען היינט אין אלע מוסדות התורה והחינוך דחסידי בעלזא געזאגט פרקי תהילים לרפאותו פונעם שוואגער מרן האד' מוויז'ניץ שליט''א


היינט צופרי נאך תפילת שחרית האט כ''ק האד' מסערט וויז'ניץ שליט''א געהייסן זאגן די אותיות אין קאפיטל קי''ט פונעם וויזניצער רבינס נאמען איל דערנאך קרע שטן


אויך כ''ק האד' מבאיאן שליט''א האט היינט ביי קריאת התורה געמאכט א מי שברך פארן וויזניצער רבין אין נאכן דאווענען האט מען געזאגט דריי קאפיטלעך תהילים לרפאותו השלימה


אין די זעלבדע צייט זענען טויזנטער וויז'ניצער חסידים אין עמך בית ישראל מעתיר בתפילה ותחנונים לרפאותו השלימה פונעם רבין, א מנין פון רבני וויז'ניץ געפינען זיך אויפן ציון הק' פונעם הייליגן ר''ר אלימלך זי''ע, אינעם ביהמ''ד הגדול אין קרית וויז'ניץ קומען פאר נאכאנאנדע מניני תהילים אין שפיץ פון הגה''צ אב''ד קרית וויז'ניץ שליט''א, הגה''צ רבי מנחם ארנסטר ראש ישיבת וויז'ניץ איז היינט אנגעקומען אויף א תפילת רבים אינעם אהל אדמורי וויז'ניץ אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה פון קרית וויז'ניץ, הרה''צ רבי יעקב מרדכי הגר אב''ד וויז'ניץ אלעד איז ווי געמאלדן ארויסגעפארן אויף א נסיעה צו די מקומות הקדושים אין גליל אין באגלייטונג פון די חברי הקהילה אין די תלמידי הישיבה פון אלעד


דער נאכט בשעה 4:30 באשמורת הבוקר איז כ''ק האד' מטשערנאביל שליט''א אנגעקומען אויף א תפילה ביים ציון הק' פון רבו הרה''ק מבעלזא זי''ע אויפן הר המנוחות לרגל די יום הבהיר וואס געפאלט היינט כ''ב שבט, זייענדיג אויפן ציון הק' האט דער רבי געזאגט עטליכע פרקי תהילים לבריאתו השלימה פונעם שוואגער מרן האד' מוויז'ניץ שליט''א


נעכטן פארנאכטס האט זיך כ''ק האד' מתולדות אהרן שליט''א טעלעפאניש פארבינדן מיט מרן האד' מוויז'ניץ שליט''א ווי דער רבי האט ווארעם אנגעווינטשן דער וויזניצער רבי אז די אפעראציע זאל דורכגיין כשורה, אין אנדערע נייעס איז ארויסגעשטעלט געווארן א מודעה פון בית כ''ק האד' מתולדות אברהם יצחק שליט''א מיט א רוף צו די חסידים בהוראת הקודש מרבה צו זיין בתפילה ותחנונים לרפאותו פונעם וויזניצער רבין מרן ישראל בן לאה אסתר


היינט דורכן טאג האבן זיך טעלעפאניש פארבינדן מיט מרן האד' מוויז'ניץ שליט''א די שוואגער'ס כ''ק האד' מסקווירא אין כ''ק האד' מבעלזא שליט''א, די רבי'ס האבן זיך אינטערסירט אינעם מצב הבריעות ביים רבין אין די וויזניצער רבי האט באדאנקט די שוואגער'ס האדמו''רים פאר די תפילות וואס האבן ב''ה עושה רושם געוועהן - היינט צופרי נאכן מנין שחרית ביי כ''ק האד' מסקווירא שליט''א האט מען געזאגט תהלים ספר רבעי מיט תנמי' אפי' די אותיות ישראל בן לאה אסתר לרפואה שלימה

bottom of page