top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שמחת בית מכנובקא בעלזא - נדבורנה - עדזשווער

זונטאג פ' תצוה - ה' אדר תשפ"ג

קרדיט בילדער: שוקי לרר


קול בחצרות - חסידי מחנובקא בעלזא האבן דעם דאנערשטיג מיטגעהאלטן דער געהויבענער שמחת נישואין בחצר הקודש, פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מממחנובקא בעלזא שליט"א, די כלה א טאכטער פון בנו הגדול הרה"צ ר' בערל רוקח מיט די חתן זוהן פון הרה"צ רבי נפתלי שנעעבלאג בן הגה"צ אב"ד עדזשווער לאנדאן און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר בעל 'באר יעקב' מנדבורנא זצ"ל.


צום באשטימטן צייט איז דער זיידע כ''ק אדמו"ר ממחנובקא בעלזא שליט''א ערשינען אין ביהמ''ד הגדול צום מעמד קבלת פנים, מיט קריאת התנאים איז מכובד געווארן די פעטער פון חתן כ"ק אדמו"ר מנדבורנא אלעד שליט"א עס האט אויפגעטרעטן מיט דברי כיבושין הר"ר ישעי' וואלדמאן, דאן האט די רבי שליט"א אנגעטוהן פארן חתן די יארמולקע פון הרה"ק מאפטא זי"ע, און די קיטל און גארטיל פון הרה"ק מבעלזא זי"ע וואס ליגן באוצרו הטוב פונעם רבין שליט"א


ביים מעמד החופה איז די זיידע הגה"צ אב"ד עדזשווער לאנדאן מכובד געווארן מיט סידור קידושין, עדי קידושין הרה"ג ר' יעקב יהושע אנגלנדר ר"י מחנובקא בעלזא, און הרה"ח ר' שלום איינהארן פון שיכון סקווירא, מיט קריאת הכתובה איז מכובד געווארן די פעטער פון חתן הגה"צ רבי שלום אהרן אשכנזי ר"י נדבורנא, די ברכות ראשונות זענען צוטיילט געווארן צווישן די פעטער'ס האדמורי"ם מיערוסלאב, נדבורנא ביתר, און אב"ד מאקאווא ב"ב, און די ברידער הרה"צ רבי אהרן מענדיל טווערסקי און הרה"צ רבי יצחק טווערסקי בני כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, ברכה אחריתא די פעטער פון כלה כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א.


נאך די חופה האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע טענץ לכבוד די שמחה.


נאכן חופה איז מען אריין אל הקודש פנימה איבערגעבן דרשה געשאנק, 9 אזייגער איז די רבי שליט"א ערשינען צום שמחת החתונה און זיך געוואשן צום סעודה.


דורכאויס די שמחה האבן זיך אנגעזען פילע אדמורי"ם ורבנים וקרובי המשפחה צווישן זיי די פעטער כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף און האדמורי"ם מסלאנים - וויזניץ בית שמש - סטריקוב - זוטשקא - זוועהיל - גארליץ - בערגסאז - דעעש ירושלים, הגאון רבי מסעוד בן שמעון די ספרדישע רב פון ב"ב, הרה"צ המשפיע רבי אלימלך בידרמן מלעלוב, הגה"צ רבי חיים יוסף דוד ווייס דומ"ץ סאטמאר אנטווערפן, ר"י סאטמאר ב"ב, אב"ד זידיטשוב ביתר, גאב"ד ביליץ, אב"ד סקולען ב"ב, און נאך.

ביים סעודת החתונה האט כ"ק אדמו"ר ממחנובקא בעלזא שליט"א געבענטשט על הכוס, די שבע ברכות זענען צוטיילט געווארן צווישן די קרובי המשפחה, הרה"צ ר' יוסף טייטלבוים פון לאנדאן, הרב חיים מאיר רוקח אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א,הרה"צ רבי נחמן יוסף טווערסקי און הגה"צ המקובל ר' דוד בצרי, ברכה אחריתא די פעטער כ"ק אדמו"ר מנדבורנא ירושלים שליט"א.


נאכן בענטשן האט זיך די ציבור ארויסגעלאזט אין ריקודים של שמחה, ווי לענגערע שעות האט מען זיך משמח געווען בשמחת חתן, די מחותן אבי הכלה הרה"צ ר' בערל רוקח האט זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד מיט די פילע געסט וואס זענען געקומען צו פארן פון אויסלאנד, במשך די ריקודין איז די גאנצע ציבור א דורך ביים רבין וואונטשן מזל טוב.


אום 12 אזייגער האט מען צוגעטרויטן צום מצווה טאנץ, צום ערשט האבן געטאנצן די זיידע הגה"צ אב"ד עדזשווער, די פעטער'ס כ"ק גאב"ד מאקאווא, כ"ק אדמו"ר מיערוסלאב, כ"ק אדמו"ר מזוטשקא אמסנא, און די קינדער און איידעמער פון הגה"צ אב"ד מאקאווא ב"ב זצ"ל.


דאן האט מען אויסגעריפן מיט דברי חרוזין די פעטער'ס קינדער און איידימער פון כ"ק אדמו"ר בעל 'באר יעקב' מנדבורנא זצ"ל, און דערנאך האט זיך כ"ק אדמו"ר ממחנובקא בעלזא ארויסגעלאזט אין באזונדערע טענץ מיט האחים האדמורי"ם מנדבורנא - נדבורנא ירושלים און נדבורנא אלעד.


דאן זענען געטאנצן די מחותנים, און איידער דעם רבנ'ס מצווה טאנץ האט מען געזינגען א ניגון התעוררות, און דאן האט די רבי שליט"א צוגעטרויטן צו די עבודת הריקודין, נאכן טאנצן מיט די חתן און מחותנים האט זיך די רבי ארויסגעלאזט אין א ריקוד מיט הרה"צ רבי יצחק טווערסקי בן כ"ק אדמו"ר מסקווירא און זיינע קינדער, און איהם מכבד געווען צו טאנצן מיטן חתן, אום 2:30 האט מען פארענדיגט די שמחה הרוממה.


































































bottom of page