top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

היסטארישע כינוס וועט צונויפנעמען טויזנטער בחורי וויז'ניץ בארה''ק



הרימותי בחור מעם

מיט התרגשות אין עקסטאז האבן די טויזנטער וויזניצער בחורים תלמידי הישיבות הקדושות אין ארץ ישראל אויפגענימען די פריידיגע נייעס איבער א היסטארישע כינוס 'יחיד לבבנו' וואס ווערט געפלאנט אויף דעם קומענדיגן וואך ווי די טויזנטער בחורי חמד חסידי וויזניץ וועלן זיך צונויפנעמען תחת קורת גג אחד אויף א כינוס חיזוק והתעלות אינאיינעם מיט די שמחת השבע ברכות פון אן אייניקל ביי מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א בת לבנו הגדול הגה"צ רבי חיים מאיר האגער אב"ד קרית וויזניץ.


די גרויסע כינוס וועט פארקומען די קומעדיגע דאנערשטיג יתרו אין די ריזן עוועניו זאל אין לוד אין וועט באשיינט ווערן דורכן מנהיג העדה מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א.

אין די יעצטיגע טעג ווערן געמאכט פיבערהאפטיגע ציגרייטונגען דורך די עסקנים העושים מלאכתם נאמנה, אין לייגן אריין גרויסע כוחות למען הצלחת המעמד, אין ארבעטן אויס אלע טעכנישע פרטים אין טראספארטאציע על הצד היותר טוב.


ביים מעמד וועט מען הערן דרשות פון מגידים מפורסמים איבער דער מהות פון א וויזניצער בחור, זיך האלטן צוזאמען אין חבורת וכדומה, עבודת השם אין התקשרות לצדיקים, דער משא המעמד וועט ווערן איבערגעגעבן דורך הגה"צ אב"ד קרית וויזניץ וועלכע שטייט בראש פון די חבורות אין די קהילה




bottom of page