top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מטאהש אויף קורצע באזוך אין ניו יארק לרגל שמחת בית טאהש



א טיילווייזע באריכט פונעם קורצן באזוך פון כ''ק האד' מטאהש שליט''א אין ניו יארק לרגל די חתונה פון אן אייניקל דינסטיג פארנאכסט ביום החופה האט די רבי שליט''א באגלייט למנוחת עולמים הרה''ח המפואר ר' מנחם מענדל ליפא יושע סג"ל קרויס ז"ל, מראשי הקהילה אין וויליאמסבורג, ביי די לוי' פארנט פון טאהש'ער ביהמ''ד אויף ווילסאן סט. אין וויליאמסבורג, די רבי שליט''א האט מספיד געווען בקול נהי בכי תמרורים, און דערנאך האבן מספיד געווען כ''ק אדמו"ר קאסאן שליט''א פון בארא פארק - הגה''צ רבי בנימין לנדא דומ''ץ טאהש בארא פארק אין די בני המשפחה


מיטוואך נאכמיטאג איז דער רבי אנגעקומען אויף א פריוואטע שבע ברכות באנקעט, וואס איז פאררופן געווארן פאר א ענגע צאל נגידים בעם, לטובת החזקת הישיבה תפארת משולם פייש אין ניו יארק.


עס האט אויפגעטרעטן די משב"ק מוה"ר יואל אלחנן פאפלאנאש, און דערנאך האט די רבי שליט"א משמיע געווען דברות קודש

מיט ברכת המזון איז מכובד געווארן הרבני הנגיד ר' בנימין פיליפסון הי"ו, די שבע ברכות זענען צוטיילט געווארן צווישן די באטייליגטע נדיבים בעם


פון דארט איז דער רבי אריבער מנחם אבל זיין ביי משפחת המנוח הרה"ח ר' יושע קרויס ז"ל, דער רבי האט געצינדן א ליכט לעילוי נשמתו, און דארט געזיצן איבער א האלבע שעה, שפעטער פארנאכטס בעת די זמני כניסה איז אנגעקומען א דעליגאציע פון די צדק ארגאנאזאציע אין שפיץ פון העסקן ר' משה מארגרעטן, ווי די רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו להצלחה בכל הענינים, אויך איז געווען אויף א באזוך ביים רבין מחתונו הגה''צ רבי חיים מרדכי רוזנבוים אב''ד קרעטשניף ביתר וועלכע איז צוגאסט די טעג אין ניו יארק


ביינאכט איז דער רבי אנגעקומען צו די שבע ברכות פאררופן געווארן לאות הכרת הטוב פאר די נדיבים בעם וואס האבן זיך משתתף געווען מיט גרעסערע סכומים לטובת די קרן הבנין פונעם טאהש'ער ביהמ''ד אין וויליאמסבורג, דער רבי האט משיעג עווען דברות קודש אין מען האט געהערט חרוזים פון מו"ה וועלוול פעלדמאן הי"ו


שפעטער באנאכט איז דער רבי אנגעקומען זיך משתתף זיין ביי די חתונה פון אן אייניקל ביים שוואגער כ''ק האד' מספינקא מאנטריאל מיט אן אייניקל פונעם שוואגער הרה''צ רבי שלמה לאבין האד' מזידטשויב לאנדאן דער רבי האט באשיינט בראש המסובים אין ארויס אין א ריקוד מיט די חתן מחתונים אין די זיידע'ס די שוואגער'ס האדמו''רים שליט''א


נעכטן דאנערשטיג האט די רבי געדאווענט שחרית בבית מדרשו אין וויליאמסבורג אין דערנאך זיך אומגעקערט למעון קדשו אין קרית טאהש קאנאדע

bottom of page