דאנערשטאג פ' בשלח י"א שבט ה'תשפ"ג

קול בחצרות - טויזענטער חסידי בעלזא האבן מיטגעלעבט שעות פון התרגשות און התרוממות הנפש, ביים גרויסארטיגן מעמד אדיר סיום סדר מועד במסגרת הלימוד אהבת תורה דחסידי בעלזא העולמי, ווען העכער פופצן הונדערט אינגעלייט האבן זוכה געווען צו מסיים זיין גאנץ סדר מועד וואס איז געלערנט געווארן בעמל ויגיעה אין לויף פון די לעצטע פאר יאר, און אצינד האט מען בסייעתא דשמיא זוכה געווען לברך על המוגמר און פראווענען די גרויסע סיום ברוב עם הדרת מלך.
די גרויסארטיגע מעמד איז פארגעקומען אין די גיגאנטישע בניני האומה אין ירושלים, אין די געהויבענע טעג פון ח' און ט' שבט, די ימי שמחה ואורה בחצר הקודש בעלזא, ווען עס ווערט געפראוועט די יום הצלה והשחרור פון הרה"ק מבעלזא זי"ע און זיין ברודער הרה"ק מבולגרייא זי"ע, ווען זיי זענען געראטעוועט געווארן ביים צווייטן וועלט מלחמה, און אזוי אויך די גרויסע טאג די יום הבהיר פונעם מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, ה' יאריך ימיו ושנותיו בטוב ובנעימים.
א גאר רייכע סעודה איז געווען צוגעגרייט פאר די חשובע לומדים און אלפי חסידי בעלזא וואס האבן מיטגעהאלטן דעם היסטארישן מעמד, די נשמה קאפעליע אנגעפירט דורך ר' שמואל קאליש, אין שפיץ פון די בארימטע בעלי מנגנים ר' יענקי דסקאל ראש המשוררים בחצה"ק וויזניץ און ר' יענקי אויש האבן מהנה געווען דורכאויס די מעמד בשירה וזמרה, טראץ די ריזיגע זאל און טויזענטער פלעצער וואס איז געווען צוגעגרייט, איז אבער געווען א פיל גרעסערע ציבור ווי ערווארטעט, און אינמיטן די מעמד האבן די עסקנים געמוזט אנגרייטן נאך א דערנעבענדיגע זאל, צו קענען אקאמאדירן דעם ריזן ציבור משתתפים.
אויפן בימת הכבוד האט זיך אנגעזעהן פילע גדולי ורבני הקהילה, די חשובע אייניקלעך פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, די דייני הקהילות פון איבער ארץ ישראל, כ"ק אדמו"ר מנאראל שליט"א און נאך חשובע רבנים וואס האבן באשיינט די מעמד.
אלס יושב ראש האט געדינט דער בארימטער מגיד מישרים און משמח אלקים ואנשים הרב החסיד ר' ישראל שטערן מחשובי חסידי בעלזא פון לאנדאן, ר' ישראל האט אויפגערופן דעם עלטסטע אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א הגה"צ ר' שלום רוקח, צו פארליינען די מכתב קודש וואס דער בעלזא רב האט געשריבן לכבוד די מעמד, און אזוי אויך האט ער צוגעלייגט שיינע רעיונות לכבוד די גרויסע מעמד.
דערנאך איז פארגעשטעלט געווארן א פרעזענטאנציע וואס ברענגט ארויס די געוואלדיגע מהפכה וואס אהבת תורה האט אריינגעברענגט אין די הערצער פון חסידי בעלזא אלוועלטליך, און ווי ווייט די חשובע אינגעלייט און בעלי בתים קענען אנקומען מיטן לערנען די דאזיגע סדר הלימוד מדי יום ביומו.
דערנאך האט אויפגעטרעטן דער נואם הכבוד פה מפיק מרגליות הרב הגאון ר' מרדכי שיף שליט"א, בן הגה"צ גאב"ד אנטווערפען שליט"א ומחשובי רבני קהילה קדושה בעלזא אין בארא פארק, ר' מרדכי האט ארומגערעדט א לענגערע צייט בשבחו פון די חשובע אינגעלייט די מסיימים, און הערליך משלב געווען די חגיגת שמחת התורה מיט די גרויסקייט פון די טעג ח' און ט' שבט די ימי החג בחצר הקודש בעלזא.
דערנאך איז פארגעקומען א ספעציעלע סדר לימוד לזכותו פונעם מנהיג העדה דער בעלזא רב, ווען אלע אנוועזנדע אינעם זאל האבן זיך געזעצט לערנען א פאראויס באשטימטע עמוד אין סדר מועד, און צווישן אלע לומדים איז געענדיגט געווארן גאנץ סדר מועד אין עטליכע מינוט. דערנאך איז פארגעקומען די סיום מסכתא, צו וואס עס איז נתכבד געווארן די חשובע חברותא הרב אשר שטעסל און הרב יוסל גאלד.
נאך אמירת הקדיש האט דער גאנצער ציבור זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע טענץ לכבוד התורה, און א לענגערע צייט זיך מיטגעפריידט בשמחת התורה ולומדיה. דערנאך האט הרב שלום רוקח געגעבן א תעודה און א מכתב קודש פאר די געטרייע נדיבים בעם, די ברידער ר' בנימין און ר' משה פרידמאן פון מעלבארן אסטראליע, פטרוני חבורת אהבת תורה. דאן האבן די חשובע נדיבים איבערגעגעבן א ספעציעלע מתנה פאר הרב שמואל דמן דער מנהל פון חבורת אהבת תורה בארץ הקודש.
דערנאך איז דער בארימטער מגיד שיעור הרב הגאון ר' מנשה ישראל רייזמאן מכובד געווארן אנצוהייבן מסכת יבמות, בנועם זיו לשונו האט ער מסביר געווען און פארשטיין געגעבן א גאר גרינגע מהלך וויאזוי מ'קען זיך אריינזעהן אין די נייע מסכתא, וואס טראץ עס זעהט אויס שווער, איז עס אבער מורא'דיג געשמאק און ברענגט א סיפוק פארן מענטש.
דערנאך האט דער גבאי פון חברת יגדיל תורה אין ירושלים ר' אהרן דוד מאשקאוויטש איבערגעגעבן א ספעציעלע ספר תהלים אריינגעשריבן בכתב יד קדשו פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, פארן געטרייען גבאי אהבת תורה ר' שמואל דמן וואס גיבט אוועק לילות כימים ארויסצוהעלפן די חשובע לומדים פון חבורת אהבת תורה.
די טויזענטער חסידים און לומדים האבן זיך אומגעקערט אהיים נאך לאנגע שעות פון שמחה דקדושה, מיטנעמענדיג מיט זיך א מזכרת וואס איז פארטיילט געווארן פאר אלע משתתפים, א הערליכע חלה דעקל אלס אות הוקרה והערכה פון חברת אהבת תורה.
Comments