top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' ממאחנובקא בעלזא באזוכט ביי האד' מסקווירא

מיטוואך פ' בשלח י' שבט ה'תשפ"ג


א ווייטערדיגע באריכט פון די מסע הקודש 'השלם זה הבנין' פון כ"ק אדמו"ר ממחנובקא בעלזא שליט"א איןניו יארק, מאנטיג נאכמיטאג איז די רבי אנגעקומען אויף קביעת מזוזה אין שטוב פון הנגיד ר' נחום עזריאל פרידמאן אין וויליאמסבורג, דערנאך איז די רבי אריין אין א זייטיגע שטוב און אויפגענימען עטליכע נדיבים בעם וועלעכע האבן בייגעשטיירט גרעסערע סכומים לטובת דעם בנין בית מדרש הגדול, פון דארט איז די רבי אנגעקומען אויף סידור קידושין ביי א חופה לבן אחד חסידיו, דערנאך איז די רבי ארויף צו הרבני הנגיד ר' יחזקאל שווימער אין מנחם אבל געווען ביי הגה"צ אב"ד בית אהרן שליט''א ובני משפחתו נאך די פטירה פון די רעבעצין ע"ה


נעכטן דינסטיג נאך שחרית האט די רבי געדינט אלטס סנדק ביי א ברית לבן אחד מחסידיו און דערנאך אפגעראכטן א מסיבת לחיים לרגל ט' שבט דער יום ההצלה פון הרה''ק מבעלזא זי''ע ביים ביטערן צווייטן וועלטס קריג, ווי די רבי האט משמיע געווען דברות קודש און ארומעגערט איבער דער נס ההצלה, די רבי האט אויסגעפירט אז כהיום איז דער נס ההצלה שוין א בחינה פון תורה שבכתב ווי עס ווערט געשלידערט באריכות אין די צוויי בענדער פונעם נייעם ספר 'ההצלה' וואס איז נארוואס ערשינען לאור עולם, דערנאך האט זיך די רבי אויפגעשטעלט טאנצן אויף ניגוני הלל והודאה, אין עס זענען אריבער שלום נעמעם די בחורים פון די סקווירא ישיבה קטנה אין וויליאמסבורג


שפטער נאכמיטאג האט זיך די רבי געוואשן צו א סעודה לכבוד היום בבית האכסניא אין וויליאמסבורג אינאיינעם מיט די בני המשפחה, ווי די משמש בקודש ר' ישראל מיללער האט דערציילט סיפורים ועובדות בתקפו של נס, דורכאויס די טאג האט די רבי אויפגענימען די חסידים מיט קוויטלעך פאר לענגערע שעות, אויך האט די רבי פארטיילט גארטלעך פאר די וועלכע האבן בייגעשטייט גרעסערע סכומים לטובת די נייע בית מדרש, ביינאכט איז די רבי אנגעקומען קיין שיכון סקווירא אויף א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א ווי באריכטעט


היינט אין לויף פונעם טאג האט די רבי ווייטער אויפגענימען נדיבים בעם אין די אכסניא, און יעצט נאכמיטאג נאך מנחה איז די רבי ארויסגעפארן זיך באטייליגן ביי די חתונה בשמחת בית סקווירא, בגלילות שיכון סקווירא

תגובות


bottom of page