דינסטאג פ' בשלח ט' שבט ה'תשפ"ג
קול בחצרות - כ''ק האד' מוויז'ניץ לאנדאן שליט''א וועלכע האט זיך אויפגעהאלטן איבער שבת אין שטעטל קאקסיד אין בעלגיע איז נעכטן אריינגעפארן קיין אנטווערפען, נאכמיטאג האט זיך די רבי משתתף געוועהן ביי די חופה פון החתן זוהן פונעם משמש בקודש הרב יואל גאלדמאן ווי דער רבי האט געזאגט די 6 ברכות, נאכן חופה האט די רבי אויפגענימען דעם ציבור בבית האכסניא אין דערנאך זיך צוריק געקערט צו די שמחת החתונה ווי דער רבי איז געטאנצן מצוה טאנץ אין ארויס אין א באזונדערע ריקוד מיט יד ימינו דער גבאי ר' יואל גאלדמאן, פון דארט איז דער רבי אנגעקומען צו די שבע ברכות וואס איז געווארן צוגעשטעלט לכבודו פון הנגיד ר' אביגדור משה ראפאפרט אין די בעלזער זאל אין שטאט, דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה אין געזאגט די שבע ברכות, דערנאך האבן די עסקני קהילת בעלזא ארומגעוויזן דעם רבין אין די נייע שמחה זאל וואס איז דיאגניזירט געווארן פאר קלענערע זמחות ווי שבע ברכות בר מצוות וכדומה פאר א באשיידענעם אופן פאר א ביליגן פרייז צו פארגינגערן פאר די בעלי השמחה בעת שמחתם, אין דער רבי שליט''א האט מאציל געוועהן מברכת קדשו פאר די עסקנים.
היינט צופרי האט די רבי געדאווענט שחרית אין וויזניצער ביהמ''ד אין אנטווערפען אין נאכן דאווענען האט זיך די רבי געלאזט אין וועג צוריק אהיים קיין לאנדאן
Comments