מאנטאג פ' בשלח ח' שבט ה'תשפ"ג
קול בחצרות - נעכטן מוצאי שבת האט כ''ק האד' מסאטמאר שליט''א מעריך געוועהן שולחנו הטהור אין דער סעודת הילולא לרגל די יארצייט פון זקינו הרה''ק בעל 'עצי חיים' מסיגוט זי''ע אינעם ביהמ"ד במקום הנופש אין פאלם ספרינגס, ביים סעודה האט זיך משתתף געווען כ"ק אדמו"ר מבית יצחק דספינקא שליט"א וועלכע וויילט אויף אפרוה אין אריזאנע אין געמאכט דעם לאנגן וועג קיין פאלם ספרינגס - א נסיעה פון 4 שעה ו קענען זיך משתתף צו זיין ביים סעודת הילולא.
מען האט מען געזינגען די זמירות מלוה מלכה, דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט די סעודה ווי מען האט אויפגעגעבן די מאכלים, דער רבי האט נגעוואונטשן לחיים אין דערנאך משמיע געווען דב"ק במשנתו פונעם בעל הילולא זי"ע ארויסברענגענדיג די חשיבות און גרויסקייט פון גיין אין מקוה יעדן טאג, און ממשיך געווען בסיפורי קודש פונעם בעל הילולא פאר א לענגערע צייט דערנאך האט דער רבי געבענטשט אויפן כוס, אין נאכן בענטשן האט זיך די רבי געזעגענט מיטן ספינקא רבין שליט''א
תגובות