top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מסאדיגורה באשיינט חתונה בבית באבוב 45 - רחמיסטירווקא

דאנערשטאג פ' יתרו ה'תשפ"ג

בילד קרעדיט ישראל ר.


קול בחצרות - נעכטן נאכן מעמד החופה בשמחת בית באבוב 45 - רחמיסטירווקא, איז כ''ק האד' מסאדיגורה שליט''א אריין אויף א באזוך צום רחמיסטירווקא רבין שליט''א במעון קדשו, ווי דער רבי'ס האבן זיך ווארעם אנגעווינטשן, שפעטער באנאכט בעת די זמני כניסה איז אנגעקומען אויף א באזוך אינעם אכסניא פונעם סאדיגורא רבין, כ''ק האד' מסקולען מאנסי שליט''א נאכן באזוך האט דער רבי ארויבאגלייט דעם חשובן גאסט, אין דערנאך זיך צוריק געקערט צו די סעודת החתונה אין ביהמ''ד הגדול באבוב 45 ווי דער רבי האט געטרינקען לחיים אין ביים בענטשן מכובד געווארן מיט ברכה אחריתה, דערנאך האט זיך די רבי אויפגעשטעלט אויף א רקידה מיט די חתן אין מחותנים אין א באזונדערע ריקוד מיטן זיידן כ''ק האד' מבאבוב 45 שליט''א, בשעת די גאנצע מצוה טאנץ האט די רבי א לענגערע צייט פארברעגנט מיט האד' מבאבוב 45 ברוב ידידות, נאכן מצוה טאנץ פונעם זיידן די אוסטראוו קאלושינער רבי איז דער רבי שליט''א ארויס אין א ריקוד מיטן זיידן אין א באזונדערע ריקוד מיטן שווער הגאון רבי אשר חיים שטערנבוך דומ''ץ קהל מחזיקי הדת אנטווערפען.





Comments


bottom of page