דער וואך שבת פ' בשלח - שבת שירה האט כ''ק גאב''ד מאקאווא שליט''א ווי יאהר יערליך געוויילט אין דער שטאט תל אביב אין געפראוועט דעם שבת בביתו נאווה קודש פון הרה''ק מבעלזא זי''ע אין די הייליגע אויסגעווייקטע ד' אמות וואו דער צדיק הדור דער הייליגער בעלזער רב האט אּפגעראכטן זיין עבודה, שוין צענדליגער יאהרן וואס די מאקאווא רב טוט אנהאלטן דעם מנהג פון פראווען איינע פון די שבתים פון די שובבים וואכן אין דעם הייליגן מקום וועלכע איז פארבליבן אלס מקום תורה ותפלה כאשר היתה בימיו פונעם בעלזער רב.
דער רב איז געקומען צו פארן אין באגלייטונג פון א קבוצה אינגעלייט אין בחורים חסידיו ומעריציו אין שפיץ פון אחיו הגה''צ רבי שלמה לעמבערגער אב''ד מאקאווא אשדוד.
אויף שבת האט דער רב געהאט די אכסניא אין שטוב פון הגאון ר' אברהם דירנפלד רב קהילות בעלזא אין תל אביב אין בית שמש וחבר בד"צ מחזיקי הדת, דורכאויס שבת האט מען געדאווענט אלע תפילות אינעם ביהמ''ד בביתו נאווה קודש, נאכן דאווענען פרייטיג צונאכטס איז דער רב אריין בחדרו הפרטי פונעם רב ווי מען האט געזינגען ווארימע ניגוני שבת מיט א געוואלדיגע התעוררות, דערנאך האט די רב געגעסן די סעודת שבת מיטן ציבור בבית האכסניא אין שטוב פונעם דיין הרה''ג רבי אברהם דירנפעלד.
שבת באטאג נאכן סעדה איז דער רב ווידער אריין אל הקודש פנימה אין אויסגעזאגט גאנץ ספר תהילים בציבור כנהוג מקדמת דנא אין די שבתים פון שובבים ותהי המקום לחרדת אלוקים אין דעם הייליגן ציממער וואס האט איינגעזאּפט אזויפיל קדושה וטהרה, ביי שלש סעודות אינעם אכסניא האבן זיך אנגעזעהן א שיינעם ציבור תושבי העיר אין שפיץ פון הגה''צ רבי מרדכי אויערבאך אב''ד אביר יעקב תל אביב א קרוב פונעם רב, מוצאי שבת האט זיך דער רב געוואשן צו מלוה מלכה אין זיך דערנאך אומגעקערט למעון קדשו אין קרית אתא.
Comments