top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מעמד קריאת שם הבנין ישיבת תולדות אהרן - ויואל משה בעיר בית שמש

מוצש"ק פ' יתרו ה'תשפ"ג | קול בחצרות


אן אומגעהויערע התרגשות נעמט ארום חסידי תולדות אהרן אין בית שמש, וועלכע האלטן מיט פונדערנאנט די עבודת הבניה ביים נייעם בנין האדיר והמפואר פאר די צווייטע ישיבה קטנה אין שטאט ישיבת ויואל משה תולדות אהרן. פארלאפענעם דינסטאג בשלח איז פארגעקומען די רייכע 'מעמד קריאת השם' פארן נייעם בנין הישיבה ועל שמו יקרא 'בנין אברהם משה ווערצבערגער', נדבת לבם פון די צוויי חשובע שוואגרע'ס הנגיד ר' ליפא פרידמאן און הנגיד ר' וואלף ווערצבערגער לזכותו פון דער ראש המשפחה הרב אברהם משה ווערצבערגער הי"ו. די מעמד איז פארגעקומען אין די 'עטרת נחום' זאל אין בית שמש, אין שפיץ פון דער נשיא המוסדות כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א וועלכע איז ספעציעל געקומען צו פארן פון טבריה ווי דער רבי האלט זיך אויף אין די יעצטיגער ימי השובבים און איז באשיינט געווארן דורך די רבני העיר שליט''א.


די נייע ישיבה קטנה 'ויואל משה דחסידי תולדות אהרן' איז שוין די צווייטע ישיבה קטנה פון קהלת תולדות אהרן אין שטאט בית שמש, אין ליכט פון די גרויסע וואוקס בלעה"ר פון די ארטיגע קהלה, אין צוגאב צו די ביז יעצטיגע ישיבה קטנה 'מטה אהרן' וואס איז נתנדב געווארן בנדבת לבו פון הרבני הנגיד ר' משה גאלדבערגער הי"ו אצינד, ווען מ'האט געעפענט דעם צווייטן ישיבה קטנה, איז ר' משה ווידער אריינגעשפרונגען אין דעם פראיעקט און האט גענומען אויף זיך די אחריות, אויך אויף די צווייטע ישיבה, וואס טראגט דעם נאמען 'ישיבת ויואל משה' על שם רבו הרה"ק מסאטמאר זי"ע, צו וועמען ר' משה איז שטארק דבוק.


צום נייעם זמן האט זיך די נייע ישיבה געעפענט אין א צייטווייליגע בנין, און אין די זעלבע צייט האט מען אנגעהויבן מיט די בוי ארבעט ביי א נייע פרעכטיגע בנין. אינמיטן די ארבעט האט מען זיך געמוזט אפשטעלן צוליב מאנגל אין געלט, און דאן האבן זיך אנגערופן מיט אסטראנאמישע סכומים, די צוויי שוואגער'ס הרבני הנגיד ר‘ ליפא פריעדמאן שליט“א אינאיינעם מיט זיין שוואגער הרבני הנגיד ר‘ וואלף ווערצבערגער שליט“א וועלכע האבן גענומען אויף זיך די ווייטערדיגע הוצאות הבנין לזכות דער ראש המשפחה הרה“ח ר‘ אברהם משה ווערצבערגער שליט“א, אשר על שמו יקרא ’בנין אברהם משה ווערצבערגער‘.


איידער די מעמד, האבן די נדיבים בעם באזוכט דעם נייעם שטח ווי עס ווערט געבויעט דעם נייעם בנין און דערנאך האבן זיי באזוכט אין די ערשטע ישיבה קטנה 'מטה אהרן‘ ווי עס האט אויפגעטרטאן הרב הערשל יאזשעף שליט“א ר"מ בישיבת אהל רפאל קאשוי, א שוואגער פונעם נדבן הרבני הנגיד ר‘ משה גאלדבערגער שליט“א און דערנאך האט גערעדט דער מגיד שיעור און משפיע הרה“ח ר‘ יחיאל מיכל ברייער שליט“א.

נאכן באזוך אין ישיבה זענען די נדיבים אריבער צום דערנעבענדיגער זאל 'עטרת נחום' ווי עס איז צוגעשטעלט געואורן א ברייטע סעודה כיד המלך, באגלייט מיט כלי זמר און די בארימטע 'מכלות' קאפעליע און אויך ילדי כתה ט' פון תלמוד תורה דברי אמונה בית שמש. די מעמד איז געעפענט געווארן דורך הרה“ח ר‘ יצחק קירשנבוים שליט“א ר“מ בישיבה גדולה וחבר הנהלת המוסדות בירושלים וחבר הנהלת הישיבה, און דערנאך האט אויפגעטראטן הרה“ג ר‘ חיים אליהו כ“ץ שליט“א ראש ישיבת אהבת תורה אין לייקוואד וועלכע האט אויסגערימט די נדיבים בעם וועמען ער קען פון דערנאנט. דערנאך האט מען געהערט גראמען פון דער בארימטער בעל מנגן ר' ישראל אדלער וועלכע האט געשילדערט די השתלשלות הענינים פון די התייסדות הישיבה ביז היינט.


א שטילקייט האט געהערשט אין זאל ווען מ'האט געהאט די זכיה מקבל צו זיין את פני הקודש פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א. עס האט אויפגעטרטאן בנו ראש הישיבה הרה“צ ר‘ מנחם נחום שליט“א אב“ד תולדות אהרן בית שמש, וועלכע האט צוגעצייכענט אז די מוסדות אין בית שמש זענען די ערשטע מוסדות וואס זענען אויפגעשטעלט געווארן דורכן רבי'ן זינט ער האט איבערגענומען די כתר ההנהגה אין איז קרוב ללבו בכל עת ובכל זמן. איינע פון די בחורים האט געמאכט א סיום אויף מסכת בבא בתרא און דער רבי האט געזאגט קדיש.


דאן האט דער רבי פארטיילט ספעציעלע מתנות פאר די חשובע בחורי הישיבה וועלכע האבן זיך אנגעשלאסן אין חבורת ’ותרגילנו בתורתך‘- לימוד שעות רצופות בימי השובבי“ם, אין ראם פונעם מבצע ’רחש לבי‘, נאכעדם וואס דער רבי האט געזאגט ביים התייסדות הישיבה אז די ישיבה איז געבויעט אויף די דריי יסודות פון ר‘ציפות ח‘זרה ש‘קידה, וואס איז מרומז אין פסוק ”רח“ש לב“י דב“ר טוב“.


דער רבי האט געבעטן מ'זאל זינגען א ניגון דביקות בענין תורה און דערנאך האט דער ריב אויפגעטראטן מיט דברות קודש. דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן אין א מחול לצדיקים מיט די חשובע נדיבים און דאן איבערגעגעבן א תעודת הוקרה פאר די חשובע נדיבים און פארן ראש המשפחה ר' אברהם משה ווערצבערג וואס אויף זיין נאמען ווערט די בנין גערופן.











تعليقات


bottom of page