מוצש"ק פ' יתרו ה'תשפ"ג
קול בחצרות - כלל ישראל איז טיף אויפגעשוידערט נאך ערהאלטן די פארווייטאגטע נייעס איבער די שוידערליכע טעראָר אַטאַקע וואס האט ליידער פאסירט דעם ערב שבת נאכמיטאג אין די רמות געגנט אין ירושלים וואו עס זענען אומגעברענגט געוואָרן דריי אידן ל''ע און נאך עטליכע זענען פארוואונדערט געווארן דורך אין צוויי חשוב'ע משּפחות בישראל זענען אזוי טרַאגיש פַאראומגליקליכט געווָארן פון איין מינוט אויף די אנדערע און זענען ליידער נתבשר געווָארן מיט אזַא ביטערע בשורת איוב.
אבל יחיד עשי לך, דער ווייטָאג איז גרויס בפרט ביי חסידי פינסק קארלין, וואס האבן ליידער באקומען די ביטערע נייעס איבער די פטירה פון האברך החשוב ר' אלטר שלמה לדרמאן השם ינקום דמו וואס איז ליידער אוועק געריסן געווארן דורך אויף גאר א טראגישע פארנעם, אין יונגען עלטער פון צוואנציג יאהר, בלויז צויי חדשים נאך זיין חתונה, און דער שָאק און טרויער זעט זיך אן אויף טריט און שריט, נהפך לאבל מחולינו.
די הארצרייסנדע לוייה קומט פאר יעצט מוצאי שבת 9:30 פארנט פון בית מדרש הגדול פינסק קארלין אין ירושלים, אויפן וועג צום הר המנוחות, ווי טויזנטער אידן און חסידי פינסק קארלין וועלן באגלייטן די נפטר למנוחת עולמים.
אין די זעלבע צייט טוט כלל ישראל באוויינען דעם שבר על שבר יחדיו יודבקו וואס האט ליידער באטראפן די חשובע משפחת פלאי וואס האבן ליידער פארלוירן צוויי קינדער נשמות זכות וטהורות יעקב ישראל הי"ד 6 יאר אלט, און אשר מנחם הי"ד 8 יאר אלט, וועלכע זענען אזוי טרַאגיש און פריצייטיג אומגעקומען אין די צייט וואס זייער פאטער ליגט אין שפיטאל אין א שווערע געזינט צושטאנד, צום ווייטָאג און צער פון די חשובע משפחה און גַאנץ כלל ישראל, וועלכע הָאט שווער אויפגענומען די בשורת איוב.
אָבִינוּ מַלְכֵּנוּ עֲשֵׂה לְמַעַן הֲרוּגִים עַל שֵׁם קָדְשֶׁךָ, ומי שאמר לעולמי די יאמר לצרותינו די.
Yorumlar