קול בחצרות - מיט א רגש דקדושה גרייט מען זיך אינעם עיר הצדק קרית יואל מיטצוהַאלטן דעם מעמד "עת רצון" ווָאס איז בַאשטימט אויף מארגן פרייטָאג, ערש"ק ווען זקנים עם נערים וועלן זיך צונויפזַאמלען אין ביהמ"ד הגדול קרית יואל, בראשות כ"ק האד' מסַאטמַאר שליט"א, און מען וועט צוזַאמען אויסזָאגן גַאנץ תהלים בהתעוררות רב.
דער מעמד בקשת רחמים ווערט ארגַאניזירט מדי שנה בשנה אויף איינס פון די ווָאכן פון די ימי השובבי"ם, ווען עס א זמן מסוגל מרבה צו זיין באמירת תהלים, יאהר יערליך ווערט אפגעהאלטן דעם מעמד בקשת רחמים ווָאס ווערט אּפגערָאכטן פרייטָאג- פַארטָאגס אין איינס פון די שובבי"ם-ווָאכן, ווָאס ברענגט צונויף טויזנטער אידן, יונג און אלט פון ַאלע עקן שטאט ווָאס פולן איבער דעם ביהמ"ד הגדול מיט אלע שטובלעך, פָאלישעס און חדרי התפלה ווָאס ווערן געעפענט צום גרויסן ביהמ"ד, און צוזַאמען זָאגט מען אויס גַאנץ ספר תהלים מיט א געווַאלדיגן התעוררות, געווענליך איז איינגעפירט אז דָאס תהלים- זָאגן ווערט ארגַאניזירט אויפ'ן לעצטן פרייטָאג פון די ימי השובבי"ם, ווען מען קומט זיך צוזַאם צו אמירת תהלים לקראת הסיום פון די ימי השובבי"ם. דָאס יָאר וועט דער סאטמאר רבי שליט''א זיך געפונען אין עיר האבות סיגוט אויף שבת פרשת משּפטים-שקלים ווי בַאזונדער בַאריכטעט און דעריבער איז בַאשטימט געווָארן אז ער מעמד בקשת רחמים וועט אּפגערָאכטן ווערן א וואך פריער, מארגן פרייטָאג פרשת יתרו
נעכטן מיטוואך ביים טעגליכן תהילים שיעור אין ישיבה סניף ויואל משה, האט דער רבי ארומגערעדט איבער די גרויסקייט פון זאגן תהילים אין די ימי השובבי"ם, כהכנה צו די די 'מעמד עת רצון' וואס קומט פאר מארגן פרייטאג פארטאגס
Comentarios