top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

דב''ק פון האד' מתולדות אברהם יצחק ביים טיש ט''ו בשבט



קול בחצרות - גאר שארפע דברי מחאה איז געהערט געווארן היינט ביים עריכת שולחן הטהור בחצר הקודש תולדות אברהם יצחק, ווען איידער די דברות קודש האט כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א אויפגעטרעטן מיט פייערדיגע דיבורים איבער די סכנה פון די טעכנעלאגישע כלים, און אויסגעשריגן מנהמת לבו הטהור אז די אלע טריפה'נע כלים איז אסור בתכלית האיסור, און מ'דארף מוחה זיין דערויף בכל תוקף ועוז


דורכאויס די טיש האט מען געזינגען ניגוני התעוררות און ניגוני שמחה, נאך וואס ביים טיש איז פארגעקומען די שמחת השבע ברכות פונעם רבינ'ס אייניקל. איידער די תורה האט דער רבי געזאגט אז ער וויל רעדן צוויי זאכן פאר די תורה, אין א בחינה פון דרך ארץ קדמה לתורה. דער רבי האט געזאגט אז איין ענין איז א גרינגע זאך, און די אנדערע איז א שווערע זאך, און ער וועט צוערשט זאגן די שווערע זאך


דאן האט דער רבי מרחיב געווען בדברי מחאה קעגן די אלע אידן וואס באנוצן זיך מיט די טריפה'נע כלים, מען מיינט אז מ'נארט אויס אבער באמת ליידט מען אליינס זייער שווער, דער רבי האט זיך אויסגעשריגן "איך בין מוחה דערויף, איך בין מוחה דערויף!" עס איז א עוולה שאין כדוגמתה! מען רעדט זיך איין אז די קינדער כאפן נישט, אבער ליידער ברענגט עס זייער אסאך פראבלעמען, עס מאכט קאליע אינגע און אלטע, מענער און ווייבער, עס ברענגט מחלות און צרות אויפן וועלט


דערנאך האט דער רבי דערמאנט אז מ'שטייט אצינד פאר די חתונה פון א אייניקל, יעדער ווייסט די קשר און תשוקה וואס איך האב שוין פון יונגווייז אן, און אצינד האט מען ב"ה זוכה געווען צו זיין א מחותן, איינמאל פריער זענען מיר שוין געווארן מחותנים מיט וויז'ניץ, אבער אצינד מאכט מען חתונה מיט א בן אחר בן, עס איז א גרויסע זכיה


דערנאך האט דער רבי דערמאנט די ספעציעלע זכיה וואס ער האט צו זיין א מחותן מיט מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א, זאגענדיג אז מיר ביידע זענען אדורך זייער שווערע צייטן, יעדער אויף א אנדערע וועג, אבער ביידע האבן ליידער מיטגעמאכט, און אצינד אז מען איז זוכה צו זיין א מחותן ברענגט עס גרויס פרייד


דער רבי האט אויסגעפירט אז ער וויל איינלאדענען יעדן פערזענליך צו קומען מיטהאלטן די גרויסע שמחה, פארשטייט זיך אז וועם עס איז שווער דארף זיך נישט אנשטרענגען, אבער ווער עס קען וועט עס זיין א גרויסע שמחה בעז"ה


דערנאך האט דער רבי פארגעזינגען די ניגון תתגדל ותתקדש, און מאריך געווען בדברי תורה לכבוד היום


דורכאויס די טיש האט מען געזינגען ניגוני ימים נוראים, די נוסח פון ראש השנה און נאך ניגוני התעוררות, אזוי אויך האט דער רבי זיך אויפגעשטעלט טאנצן מיטן חתן, און מכבד געווען דעם זיידן פון חתן הגאון הגדול ר' שמואל בראנדסדארפער שליט"א חבר ביד"ץ העדה החרדית צו טאנצן מיטן חתן, נאך וואס דער זיידע איז נישט געווען ביי די חתונה זייענדיג אין די ימי אבילות נאך די רעבעצין ע"ה. דער רבי האט געבענטשט על הכוס, און דער זיידע הגה"צ ר' שמואל בראנדסדארפער האט געזאגט די ערשטע ברכות. ברכה אחריתא איז מכובד געווארן הנגיד הנכבד ר' בערל ווייס פון לאס אנגעלעס

Comments


bottom of page