top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שארפע דברי מחאה פון הגה''צ אב''ד קרית וויז'ניץ אין ישיבה קעגן פגיעה בכבודו פון האד' מוויז'ניץ



קול בחצרות - גרויס אויפברויז הערשט ביי חסידי ויזניץ איבער די וועלט, נאך וואס א גרופע בחורים משולי המחנה האבן נעכטן נאכט נאכגעשריגן כ"ק אדמו"ר מויזניץ שליט"א ווען ער האט באזוכט אין שיכון ויזניץ בני ברק. טראץ וואס עס איז באקאנט די מורא'דיגע אהבה וחיבה וואס הערשט צווישן די ברידער כ"ק האדמורי"ם מויזניץ שליט"א, און זענען זיך מכבד איינער דעם אנדערן ביותרת הכבוד אין יעדע געלעגנהייט.


כ"ק אדמו"ר מויזניץ שליט"א פון מרכז האט נעכטן נאכט באשיינט א שמחת שבע ברכות וואס איז פארגעקומען אין זאל בית שלמה אין בנין התלמוד תורה אין שיכון ויזניץ בני ברק, ווען דער רבי איז אנגעקומען צום זאל איז ער נאכגעשריגן געווארן דורך א גרופע בחורים משולי המחנה, וועלכע האבן זיך אויפגעפירט זייער אומאיידל אין זיך נישט נוהג כבוד געוועהן אינעם רבין.


הגה"צ ר' חיים מאיר האגער אב"ד קרית ויזניץ, הערנדיג וואס די בחורים האבן געטון, איז ער שנעל אריבערגעקומען צום שמחת השבע ברכות בעטן מחילה פונעם פעטער דער ויזניצער רבי, דאן איז דער רב אנגעקומען צו די ישיבה און שטארק מוחה געווען קעגן די שרעקליכע אקט וואס איז געטון געווארן קעגן זיין גרויסן פעטער דער ויזניצער רבי.


היינט אינדערפרי נאכן דאווענען איז דער רב ווידער אנגעקומען אין ישיבה, צוערשט האט אויפגעטרעטן מיט שארפע דברי מחאה הגה"צ ר' מנחם ארנסטר ראש ישיבת ויזניץ, און דערנאך האט הגה"צ אב"ד קרית ויזניץ אויפגעטרעטן מיט גאר שארפע דיבורים און פארדאמט די שרעקליכע מעשים תעתועים וואס איז געטון געווארן שלא ביושר דורך די בחורים, און ארויסגעברענגט די שרעקליכע ווייטאג און צער וואס דאס ברענגט פאר'ן רבי'ן שליט"א, זעענדיג ווי די אייגענע תלמידים פארשעמען זיין איינציגער ברודער דער רבי שליט"א. דערביי האט דער רב אויסגעשריגן אז די אלע בחורים וואס האבן געהאט א חלק דערין, זענען נישט ערלויבט אנטייל צו נעמען ביי די גרויסע שמחת החתונה וואס קומט פאר מארגן בחצר הקודש ויזניץ, די כלה א טאכטער פונעם רב שליט"א, זיי זאלן נישט קומען נישט צו די חתונה, אין נישט צו די שבע ברכות אין ישיבה


אזוי אויך האט דער רב געהייסן די אלע בחורים וואס האבן דאס געטון זיי זאלן ארויפגיין צום פעטער דער ויזניצער רבי בקודש פנימה, און בעטן מחילה ווי עס ווערט גע'פסק'נט אין שולחן ערוך.


שפעטער נאכמיטאג איז הגה"צ אב"ד קרית ויזניץ שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך בביתו נאוה קודש פון זיין פעטער כ"ק אדמו"ר מויזניץ שליט"א און איינגעלאדענט דעם רבי'ן צום גרויסן חתונה וואס קומט פאר מארגן מיטוואך, דער רב האט זיך שטארק אנטשולדיגט פארן רבי'ן און געבעטן מחילה בשם אלע חסידים.


תלמידי חכמים מרבים שלום בעולם

Comments


bottom of page