קול בחצרות - אינעם נייעם געגרינדעטן ישוב אין לינדען ניו גערזי איז דעם מוצאי שבת געפראוועט געווארן די גייסטרייכע אין ערשטמאליגן דינער לטובת די נייע סאטמאר מוסדות וואס זענען געעפנט געווארן צום היי יאריגן שנת הלימודים בעצתו ובעידודו פונעם נשיא המוסדות כ"ק האד' מסאטמאר שליט"א וועלכער זעט א שטארקן עתיד אינעם נייעם ישוב אין לינדען.
דער גרויסארטיגער דינער איז פארגעקומען אין די "אולם בראך" זאלן וואס שטייט אין צענטער פון שטאט לשם ולתפארת און איז געבויט געווארן בנדבת לבו פון הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו מראשי הקהילה אין וויליאמסבורג ומגדולי תומכי המוסדות.
דאס התרגשות צום גרויסן דינער איז געוועהן פילפאכיג ווען מען האט געהאט די זכי' אז דער מנהיג העדה כ"ק האד' מסאטמאר שליט"א איז אנגעקומען אויף א באזוך אין שטאט און מפאר זיין בראש המסובים ביים דינער.
עס האט זיך אנגעזעהן דאס השתתפות פון די הונדערטער תושבי העיר פון אלע שיכטן אין קרייזן אין שפיץ פון די רבני העיר אין שפיץ פון כ'' קהאד' מקאסאן שליט''א מייסד העיר וועלכע זענען אלע ארויסגעקומען שטיצן די נייע מוסדות אין לכבודו פונעם נשיא המוסדות די רבי שליט''א
במשך דעם אווענט האט מהנה געוועהן בפרקי שירה וזמרה דער בעל מנגן נפלא הרב מרדכי וואלף לנדא מתושבי העיר לינדען, געעפענט דער מעמד האט דער יושב ראש הרה''ג בנש''ק ר' יצחק מאיר וואגשאהל ער האט באגריסט די פארזאמלטע אין ארויפגערופן דער נואם הכבוד הרה''ג רבי יעקב ווייס מגי''ש אין די קהילה אין מאנסי וועלכע האט ארומגערעט איבער נייע יישובים אין היסטאריע אין די זכיה צו זיין פון די בונים
ארום 11:10 איז דער רבי ערשינען צום מעמד, דער רבי האט זיך באגריסט מיט די ארטיגע רבנים אין מען האט געזינגען זמירות מלוה מלכה, אין מען האט געהערט א הערליכע דרשה פונעם רב הקהילה הרה"ג ר' אליעזר מרדכי סופר שליט"א וועלכער האט איבערגעגעבן דעם דבר המוסדות
דערנאך האט אויפגעטרעטן די יושב ראש הרב יצחק מאיר וואגשאהל וועלכע האט פארגעשטעלט אין באערט די נזר בוני המוסדות, אין עהרע פון זייער שטיצע לטובת די הייליגע מוסדות. דער רבי האט איבערגעגעבן פרסים פאר די נגידים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר יעדעם באזונדער.
דערנאך האט דער רבי געטריקנען לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, דער רבי משמיע געווען לענגערע דב"ק ודברי הדרכה פאר די חסידיםו תושבי לינדען,
דער רבי האט צום ערשט ארומגערעדט פאר א לענגערע צייט בדברי דרוש, און דערנאך ארויסגעברענגט לשבח פון די קהילה אין לינדען און פון דער רב הקהילה וועלכע פירט די קהילה ווי עס פאסט פאר א סאטמארע קהילה אויפן אויסגעטראטענעם דרך, און ארומגערעדט איבער די הרחבת גבולי הקדושה פון די מוסדות אין לינדען, און ארויסגעברענגט לשבח פון די חשובע נדבנים, און צוגעענדיגט בדברי חיזוק בג' עמודי עולם תורה, עבודה, גמילות חסדים,
אזוי אויך האט דער רבי ארויסגעברענגט לשבח פון קאסאנער רבי שליט"א וועלכע איז געווען פון די נחשונים פון דעם יישוב און שטייט בראש פון אלע רוחניות'דיגע אנגעלעגנהייטן אין די שטאט, און דערנאך האט דער רבי מסיים געווען בברכת לרוב פאר די נדבנים, עסקנים, און פארן גאנצן ציבור.
נאכן דינער איז דער רבי אנגעקומען בבית מדרשו אין שטאט ווי דער רבי האט א לענגערע צייט זיך אומגעקוקט אויפן גאנצן ביהמ"ד און די צייטווייליגע מקוה ווי דער רבי האט געהערט א דעטאלירטע באריכט פון די גבאים איבער די לחץ זו הדחק פין די שווערע צושטופעניש פון די פולע מתפללים כ"י,
דערנאך איז דער רבי אריבערגעפארן און זיך אפגעשטעלט ביים שטח החדש ווי ס'וועט ווערן אויפגעבויעט די נייע הערליכע ביהמ''ד החדש מיט אלע צוגעהערן פאר די קהילה
פון דארט איז דער רבי אנגעקומען אויף א באזוך אין שטוב פין כ"ק אדמו"ר מקאסאן שליט"א ווי עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בדברי תורה ודרוש און איבער הרה"ק בעל עטרת צבי מ'זידוטשוב זי"ע און הרה"ק בעל קדושת יו"ט זי"ע
די קאסאנער רבי שליט"א האט מכבד געווען מיט לחיים און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן
עס איז שוין געווען קרוב צו צוויי אזייגער ווען דער רבי האט זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין ק"י.
Comments