top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

באשיידענע חתונה פון הרה''צ רבי יעקב יוסף טווערסקי בן האד' מסקווירא דעם מיטוואך אין נייעק




טויזענטער חסידי סקווירא איבער די וועלט האבן זיך נעכטן מיטגעפריידט בריחוק מקום ובקירוב הלב, מיט די גרויסע שמחה במעון הקודש פונעם מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, ווען דער רבי האט זוכה געווען צו פירן אונטער די חופה בנו יקירו וחביבו הרה"צ ר' יעקב יוסף טווערסקי שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הגה"צ ר' ישכר שלמה האלבערשטאם שליט"א אדמו"ר מקאלאשיץ פון בני ברק.


די שמחת החתונה איז געפראוועט געווארן בזעיר אנפין אויף א פריוואטע פארנעם, בלויז מיט די באטייליגונג פון די גאר נאנטע קרובי המשפחה, די קינדער און איידימער פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, און די קינדער פונעם מחותן כ"ק אדמו"ר מקאלאשיץ שליט"א, און נאך געציילטע ידידים מוזמנים, צווישן זיי כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א ידיד נפשו פונעם סקווירא רבי שליט"א, וועלכער איז צוגאסט די טעג אין ניו יארק, כ"ק אדמו"ר מגארליץ שליט"א פון בארא פארק א שוואגער מיטן קאלאשיצער רבי'ן, די גאר נאנטע משמשים בקודש, און אויף די סעודה וריקודין זענען אויך געלאדענט געווארן די עלטערע אייניקלעך פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א.


בחצר ביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא אין שטאט נייעק, איז געבויעט געווארן א ספעציעלע שאטער וואו עס איז געפראוועט געווארן די שמחת החתונה, א טאג פאר די חתונה איז כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א ארויף צום ציון הק' פון אביו הרה"ק מסקווירא זי"ע מתפלל זיין לכבוד די שמחה כנהוג, און אזוי אויך האט דער רבי אויפגענומען דעם ציבור מיט קוויטלעך ביום המסוגל די יום החופה, ווי ברייט באריכטעט דא אויף קול בחצרות.


מיטוואך נאכמיטאג נאך תפילת מנחה, איז דער רבי ארויסגעפארן פון שיכון סקווירא אויפן וועג צום שמחת החתונה, ווען פילע חסידים באגלייטן דעם רבי'ן מיט די ניגון ובכן צדיקים יראו וישמחו. האלב נאך דריי איז דער רבי ערשינען צום מעמד קבלת פנים, וואס איז געווען מיט די באטייליגונג פון בלויז די גאר נאנטע משפחה מיטגלידער, די מחותנים און געשוויסטער פון חתן כלה.


מען האט געזינגען ניגוני התעוררות און דערנאך געגאנגען צום חופה, מצד החתן האט אונטערגעפירט כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, און מצד הכלה האט אונטערגעפירט כ"ק אדמו"ר מקאלאשיץ שליט"א. דער אבי החתן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א איז מכובד געווארן מיט סידור קידושין, קריאת הכתובה דער פעטער כ"ק אדמו"ר מגארליץ שליט"א פון ב''פ, און דער אבי הכלה כ"ק אדמו"ר מקאלאשיץ שליט"א איז מכובד געווארן צו זאגן די זיבן ברכות.


תיכף נאכן חופה האט מען זיך געוואשן צום סעודה, אינמיטן די סעודה איז ערשינען דער געהויבענער גאסט כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א וועלכער איז געקומען אנגעטון מיט שטיוול לכבודו פונעם סקווירא רבי'ן, דער מאחנובקא בעלזא רבי האט זיך געוואשן צום סעודה, און פארפירט א שיינעם שמועס מיטן סקווירא רבי'ן מיט א ספעציעלע חביבות.


מיטן בענטשן איז מכובד געווארן הגה"צ ר' אהרן מענדיל בנו הגדול פונעם סקווירא רבי'ן, ברכות ראשונות כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא, און ברכה אחריתא הגה"צ ר' אברהם יהושע העשיל טווערסקי בן כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט''א.


נאך א קורצע הפסקה איז דער סקווירא רבי אריינגעקומען צום טאנצן, צוערשט האט דער רבי געטאנצן מיטן חתן בנו יקירו וחביבו, דער רבי האט געטאנצן א לענגערע צייט מיט גרויס התרגשות, און דערנאך מכבד געווען כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א צו טאנצן מיטן חתן. דערנאך האט דער מחותן כ"ק אדמו"ר מקאלאשיץ געטאנצן מיטן חתן, און דערנאך א ספעציעלע ריקוד מיט כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א.


דערנאך האבן די בני המשפחה ממשיך געווען צו טאנצן א לענגערע צייט, ווען דער סקווירא רבי איז מעודד דעם ציבור בשמחה ובחדוה. ארום זיבן דרייסיג איז פארענדיגט געווארן די שמחת החתונה, און דער רבי האט געוואונטשן מברכות קדשו פאר די חתן כלה און די שושבינין, און דער גאנצער ציבור ארום.

Comments


bottom of page