top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

באזוך פון גערער רבינס זוהן לאזט איבער הויפענעס חיזוק ביי חסידי גור אין ניו יארק



קול בחצרות - חסידי גור אין אמעריקא האבן זיך אנגעשעפט מיט הויפנס פון חיזוק, ביים באזוך פון הרה"צ ר' ישראל מנחם אלתר בנו חביבו פון כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א וועלכע אנגעקומען אויף א געהויבענעם באזוך בקרב חסידי גור אין ניו יארק


ביים אנקומען אינעם לופטפעלד האבן אפגעווארט די ראשי ונכבדי הקהילה, פון דארט איז די גאסט תיכף צוגעפארן זיך באטייליגן ביים שמחת השבע ברכות לבן העסקן לכל קדשי בית גור ר' זאב חאזקאלסאן, אין דערנאך ביים פדיון הבן פון אן אור אייניקל פון הרה"צ ר' מאיר אייגער מלובלין, אויך איז ער אנגעקומען אויף א באזוך אינעם בית הוראה תחת נשיאותו פון הרה"ג ר' הערשל ראטטענבערג רב חסידי גור אין אמעריקא.



אין לויף פון די וואך האט ר' ישראל מנחם באזוכט ביי האדמו''רים מבאבוב, באבוב 45, צאנז קלויזנבורג, סקולען און מונקאטש, ווי ער האט איבערגעגעבן די נייע ספרים ארויסגעגעבן דורכן מכון פאר מקדושים בהנהלתו אין איבערגעגעבן א פריסת שלום פון אביו כ''ק האד' מגור שליט''א, אויך האט ער באזוכט אין די קהילות הקדושות ומוסדות התורה דחסידי גור, אין תלמוד תורה אמרי אמת גור אין בארא פארק, און אין ביהח"ס גור אין סטעטן איילענד, אין סטעטן איילענד איז הרב שיראל מנחם ארויף לבית בנו הרב אברהם מרדכי עלתר, ווי עס איז געווען אנוועזנד מחותנו הרה"ח ר' משה זאב עקשטיין.


פון די הויכפונקטן ביים נסיעה איז געווען די כנסיה הגדולה לטובת קופת עזר נישואין גמ"ח בית ישראל וואס איז פארגעקומען דרנערשטיג נאכט אינאיינעם מיט די סעודת הילולא לרגל די יארצייט פון הרה"ק בעל שפת אמת זי"ע, הרה"צ רבי ישראל מנחם האט איבערגעגעבן דעם דבר המעמ און עס האבן אויך אויפגעטרויטן הרה"ג ר' הערשל ראטענבערג רב חסידי גור אין אמעריקא, הרב שמחה אייזענבערג מנהל קופת עזר נישואין בית ישראל העסקן הרב פינחס גאלדבערג חבר הנהלת הקופה און העסקן הרב יעקב ליצמאן חבר הנהלת הקופה


פרייטיג ערב שבת איז ער אנגעקומען קיין לעיקוואד, נאך שחרית האט ער אפגעראכטן א מסיבת לחיים לרגל די הילולא קדישא פונעם הייליגן שפת אמת, ווי הרה"צ ר' ישראל מנחם האט פארגעליינט א מכתב קודש פון אביו כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א פאר די חסידים תושבי לעיקוואד, שבת איז געפראוועט געווארן אויף גאר א געהויבענע פארנעם אין די גור'ע שטיבל אין די אוק ען וויין געגענט אין לעיקוואד.

bottom of page