דאנערשטאג פ' בא ד' שבט ה'תשפ"ג
קול בחצרות - מיט גרויס פרייד האבן תלמידי וחסידי סאטמאר אין ירשולים עיה"ק אויפגענומען די בשורה מרנינה איבער דעם באשלוס וואס איז געפאסט געווארן דורך די הנהלת המוסדות יטב לב אז מען וועט בס"ד צוריק עפענען און מחדש זיין די סאטמארע מיידל שולע אין ירושלים עיה"ק תחת נשיאותו הרמה פון כ''ק האד' מסאטמאר שליט''א מהר''א. דער באשלוס איז געפאסט געווארן נאכן באזוך פון הרבנית הצדיקת מסאטמאר תליט"א פארלאפענעם פרשת חיי' שרה ווען די רביצין האט באזוכט בקרב הקהילה אין ירושלים און צוגעזען פון דער נאנט דער געברויך פון א נייע מיידל שולע וואו די חסידים זאלן קענען שיקן די טעכטער וואס זאלן נתחנך ווערן מיט א היימישע חינוך על דרך הסלולה מדור דור. די געטרייע חברי הנהלת המוסדות האבן זיך גלייך אריינגעלייגט און אנגעהויבן מאכן די נויטיגע צוגרייטונגען צום עפענונג פון די נייע מיידל שולע.
ע"פ פקודת הקודש פונעם סאטמאר רבין שליט''א וועט די שולע געעפנט ווערן נאכן האבן גרייט אלע נויטיגע דעטאלן און א געהעריגער בנין. ווי שוין באריכטעט איז אצינד ביים גייסטרייכן באזוך פון די שלוחי הקודש איז ביים קבלת פנים אין ירושלים עיה"ק געמאלדן געווארן די פריידיגע בשורה דורך הר"ר אברהם יושע גלאנץ חבר הנהלת הקהילה אין קרית יואל אז עס גייען שוין אן די העפטיגע הכנות און מען האפט אין די נאנטע צוקונפט צו קענען עפענען די נייע מיידל שולע לשמחת לבב אנשי שלומינו פון איבער דער גארער וועלט וועלכע קוקן ארויס אויף די הצלחה פון די הייליגע מוסדות בעיר ה' שמה.
Comments