top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מאמשינוב גרינדעט ארגון 'הפיריון' לעניני שידוכים

דאנערשטאג פ' בא ד' שבט ה'תשפ"ג



קול בחצרות - אין א היסטארישע דורכברוך בעולם השידוכים, איז אין די טעג געגרינדעט געווארן די חשובע ארגענעזאציע 'הפריון' וועלכע וועט ארויסהעלפן יודן וואס ווארטן אויפגעראכטן צו ווערן מיט שידוכים, אבער פארמעסטן זיך מיט פארשידענע פראבלעמען וואס זיי וואלטן אפילו נישט געוואלט דערציילן פארן שדכן. די ארגענעזאציע איז אויפגעשטעלט געווארן בעידודו ובהכוונתו פון כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א, וואס טוט אסאך עוסק זיין אין פעלער פון קאמפלעצירטע שידוכים און האט געזען פאר וויכטיג אויפצושטעלן אזא סארט ארגענעזאציע ארויסצוהעלפן יודן בעצה ובמעש.

נעכטן דינסטאג האט די אמשינובער רב שליט''א געלאזט רופן עטליכע עסקנים אין די פעלד פון שידוכים וועם די רבי האט ממנה געוועהן אלס ראשי ארגון הפריון, זיי זענען געזעצן בקודש פנימה און זיך דורכגעשמועסט מיטן רבין קרוב צו דריי שעה, ווי דער רבי האט געגעבן קלארע אנווייזונגען ווי אזוי די ארגענעזאציע זאל געפירט ווערן און ווי אזוי מ'זאל דאס איינמעלדן פארן ציבור.

צווישן די פעולות פון די פרישע ארגענעזאציע 'הפריון', איז דער ספעציעלער רעגיסטראציע סיסטעם, ווי מ'וועט קענען אויספילן בלויז די מעדעצינישע פרטים און באצייכענען וואסערע שידוך מען זוכט און וואס מ'איז גרייט צו פארקוקן. די ארגענעזאציע איז אוועקגעשטעלט געווארן מיט א פעסטע באשלוס, אז קיין איינער פון די יודן וואס שרייבן זיך איין אין די ארגענעזאציע זאלן נישט דארפן ארויסגעבן זייער אינדערפיקאציע אדער סיי וועלכע פריוואטע פרטים ווי א נאמען, אדרעס און דאס גלייכן. נאכדעם וואס מ'פילט אויס די פארשידענע דאקומענטן, וועט מען ערהאלטן א ספעציעלער קאוד מיט וואס מ'וועט קענען מברר זיין פרטים מיט שדכנים.

כדי נישט צו דארפן אנטפלעקן דעם פריוואטן נאמען, קען מען זיך אויסוועלן אן איש קשר פון די משפחה אדער קהלה וואס מ'פארלאזט זיך אויף אים וואס דורך דעם איש קשר וועט די ארגאניזאציע אריבערגיין די פארשידענע הצעות וואס זענען דא אויפן טיש און אלעס רום. פארשטייט זיך אז דער איש קשר וועט נישט ארויסגעבן דעם נאמען פאר די מערכת אדער פאר די שדכן. אין פאל די שידוך וועט אויסזען פאסיג וועלן די דאקטוירים פון ביידע זייטן דן זיין צווישן זיך די פרטים איבער דעם שידוך אן ארויסגעבן די נאמען פונעם פאציענט און נאכדעם וואס אלע פרטים וועלן שטימען וועלן די שדכנים פרובירן אויסצופירן דעם שידוך בשעה טובה ומצלחת.


עס איז צום האפן אז די נייע ארגענעזאציע וועט טאקע פארמערן שמחות ביי כלל ישראל און אויפרעכטן די מצפים לישועה מיט גינסטיגע רעזולטאטן בעז"ה.

bottom of page