top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חמשה עשר בשבט בחצר הקודש סאטמאר




מיטוואך בא ג' שבט ה'תשפ"ג


אין די יעצטיגע טעג איז געמאלדן געווארן מטעם הנהלת קהל יטב לב אין קרית יואל אז דעם קומענדיגן זונטאג יתרו אויפדערנאכט ליל חמשה עשר בשבט וועט פארקומען א ערשטמאליגער גאר דערהויבענער 'חמשה עשר בשבט טיש' ווען כ"ק האדמו"ר מסאטמאר שליט"א וועט צום 'ערשטן מאל' מעריך זיין שולחנו הטהור לכבוד היום ברב עם אין ביהמ"ד הגדול אין קרית יואל.

דער ביהמ''ד וועט זיין אויסגעשטעלט גענוי ווי אלע אנדערע גרעסערע מעמדים אין ביהמ"ד ווען אויף ביידע זייטן פונעם היכל הביהמ"ד אויף מזרח און מעריב וועט אויפגעשטעלט ווערן הויכשטאקיגע פארענטשעס פאר די בחורי חמד ואברכים און הונדערטער זיץ ערטער פאר בעלי בתים אז יעדער זאל קענען מיטהאלטן דעם דערהויבענעם טיש.

עס וועט זיין צוגעשטעלט א ברייטער סעודה לכבוד היום פארן גאנצן ציבור משתתפים. דער געהויבענער טיש וועט זיין באגלייט מיט פרקי שירה וזמרה דורך די בארימטע סאטמארע קאפעליע.


דער הויכפונקט פונעם מעמד וועט זיין די דברות קודש פונעם רבין שליט''א, וועלכע וועט משמיע זיין דעם דבר ה' מיט דברי אגדה וחיזוק לכבוד היום פארן ציבור הצמאים לדבר ה'.

די דעטאלן ארום דעם דערהויבענעם טיש ווערט אין די יעצטיגע טעג אויסגעארבעט דורך די הנהלת הקהילה וועלכע שוינען נישט קיין צייט כח און געלט זיכער צו מאכן אז דער טיש ווערט אהערגעשטעלט מיט די מאקסימום סוקסעס.

Comments


bottom of page