top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בד''ה נפטר געווארן הרה''ח ר' פנחס פינקוס מפארי חסידי טאהש אין בארא פארק

דאנערשטאג פ' בא ד' שבט ה'תשפ"ג



קול בחצרות - ברוך דיין האמת: אין בארא פארק איז היינט נפטר געווארן הנגיד החסיד ר' פנחס פינקוס ז''ל מפארי וחשובי חסידי טאהש וואס איז היינט נפטר געווארן אין עלטער פון 91 יאהר לדאבון לב משּפחתו ומכיריו, ר' פנחס איז געוועהן פון די אנגעזעהנער טאהש'ער חסידים אין בארא פארק זיין שטוב איז געוועהן א בית ועד לחכמים, בית מלא תורה וחסד, אין האט געדינט אלס אכסניא של תורה פון פילע ערליכע אידן אין צדיקים מפורסמים פונעם לעצטן דור אריינגערעכנט הרה''ק מריבניץ, הרה''ק רבי הערשעלע מקרעטשניף אין בפרט הרה''ק מטאהש זכר צדיק לברכה וועלכע האט געהאט זיין קביעת'דיגע אכסניא אין שטוב פון ר' פנחס ביי זיינע אפטע באזוכן אין ניו יארק, א קביעות וואס האט אנגעהאלטן ביי בנו ממלא מקומו יבלחט''א כ''ק האדמו"ר מטאהש שליט''א.


ר' פנחס האט געדינט אלס ראש הקהל רבות בשנים אין קהל חשק שלמה יאקע אין איז פאר קרוב צו 70 יאהר געשטאנען לימינו פונעם רב פון הגה''צ אב''ד יאקע זכר צדיק לברכה, אין געוועהן דער ריקן ביין פארן ביהמ''ד אין אלע הינזיכטן, די לוי' גייט ארויס היינט 2 אזייגער נאכמיטאג פונעם שומרי הדת טשאפל אין בארא פארק אויפן וועג קיין ארץ ישראל, ווי ער וועט געברענגט ווערן למנוחת עולמים.




Comments


bottom of page